אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
אגב וואונדערט מיר, די גויאישע באסעס האבן אזא לאנגע אייזערנע צוים וואס מאכט זיך אויף ווען די רעד לייטס צינדן זיך אן, אז די קינדער וואס קראסן זאלן נישט קענען גיין נאנט צום באס, איז דאס נישט א ריקווייערמעט, ווייל אלע באסעס אין קרית יואל האבן עס נישט.
בילד ביטע ?
School bus crossing arm
אה, איך האב מיר אלעמאל געוואונדערט וואס דער אויפטו פון דעם שטעקעלע איז. טאקע א געוואלדיגע זאך. אויב האב איך נישט קיין טעות האבן עס ממש אלע באסעס אין ניו דזשערזי, אויך די היימישע. מעגליך אז דארט איז עס א רעקווייערמענט.
די שטעקעלע איז טאקע א געוואלדיגע אויפטו, אבער אין דעם פאל וואלט עס גארנישט געהאלפן, הערנדיג פון א דרייווער די מעשה זעט מען אז ס'איז ליידער געווען א גזירה מן השמים, אוודאי איז דא א מקום וואס מ'קען פארבעסערן און מ'האפט אז די הנהלת המוסדות זאל טאקע טון דערין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
צו געזונט האט געשריבן:
אין ליכט פון די טראגעדיע, בעטן מיר אז ווער עס האט א באס סעיפטי פארשלאג וואס קאן אויסגעפירט ווערן, נישט סתם עצות ווייל איצטערט איז עפעס געשען, זאל מיך ביטע אישי'ען.
מיר בעטן נישט סתם אזוי, נאר אלס א ניו יארק סטעיט סקול באס סעיפטי אינסטראקטאר וועלן מיר האבען אפאר ערנסטע מיטינגען מיט עטליכע מוסדות התורה איבער דעם הינזיכט.
אז איר בעט אזא ערענסטע טובה, שרייבט א נאמען ווער עס בעט, און אין וועמענס נאמען איר בעט עס.
מען פארשטייט אז די פאליציי אינוועסטעגעישן איז נאך נישט פארטיג, און זיי גייען האבן מסקנות,
מסתבר אז די סקול דיסטריקט גייט אויפנעמען א פערפעשנועל פרומע צו געבן רעקעמענדאציעס.
אלע דרייווערס געבן זייער אימפאט, און זייער זייט פון די נושא.
די מוסדות גייען זיצען און האבן זייערע מיטינגען,
די באס מאניטער'ס האבן אויך וואס אריינצורעדן אין די נושא.
די סטעיט האט געזעצן, און מען גייט אלעס איבער גיין אויב אלעס איז אין פלאטץ.
בלייבט מיר שווער ווער עס בעט "אפציעל" די מיינוג פון שרייבער וואס האבן נישט קיין שום סקול סעפטי ערפארנוג, קיין שום זיכערהייט ערפארענוג, קיין שום באס דרייווען ערפארנוג, און חוץ וואס איינער גייט דא שרייען העכער פונעם צווייטען גייט דא גארנישט זאכליך ארויסקומען.
איך בין איינגעשטעלט ביי די סקול דיסטריקט איבער סקול באסעס. איך בין איינגעשטעלט ביי די אנדערע מוסדות איבער סקול באס סעיפטי. איך בין אין פארבינדונג מיט די פאליציי איבער סקול באס אישוס אין די האדסאן וואלי. איך בין אין די געזעצן אפטיילונג אין ניו יארק סטעיט וואס אנבאלאנגט סקול באס סעיפטי.