מאנסי - פשוט און פראסט - ווי אזוי זיך אויפירן נארמאל - מנהג המקום
We welcome you.
מיהר ווילען פשוט אייך אויסלערנען די מנהג(ים) המקום. דאס איז אויך וויכטיג פאר אלט געזעצענע מאנסי חברה וואס געדענקען ווען מעין סטריט ענד פיפטי ניין האט געהאט א stop סיין.
1) ביטע פייפט נישט. אויב ליידט איהר, pop your pills, אבער פארוואס אויפוועקען די גאנצע שטאט? זיי שטיהל און פארפיהר נישט.
2) פארק נישט אויף די wrong side against traffic מיט דיין שטארקע headlights און אוואדי נישט high beams מיט דיין פון ווילי אימפארטעט Yukon, Chevy Sub וכו', עס מאכט בלינד די דרייווערס.
3) ביסט א פיס גייער? טון אהן א רעפלעקטער! עס איז בכלל נישט קיין פאני זאך צו גיין מיט א רעפלעקטער. פאני איז ווען מען כאפט א זעץ פון א קאר און ער ווייסט מיטאמאהל. געדענקט! איהר זענט א פיס גייער. איהר האט נישט קיין אנונג וואס דרייווער זעהן, אדער זעהן "נישט". נאך דערצו ווען עס רעגענט אדער א קאר וואס קומט אנטקעגן שיינט אריין אין פנים.
4) קומסט קיין ראקלענד קאושער (אדער עווערגרין, מאנסי גלאט, אבער אבי ווי), פארק ווי א מענטש! נעם נישט אויף דריי ספאטס. דאנק השי"ת אז דא אין מאנסי קען מען פארן איבעראל מיט די קאר און האבן פארקינג.
5) פאהר נארמאל! רוב מאנסי איז א 30 מ.פ.ש. זאנע. פלי נישט ווי א חי' רעה.
6) Give the right of way! ביי א קארנער, די קאר וואס פארט גראד אדער רעכטס האט די ערשטע רעכט. געב זיך נישט א שנעלע דריי לינקס ווען עס ווערט גרין בעפאר די קאר וואס פארט גראד קען פארן גראד! דאס איז נישט די ספיריט אוף מאנסי!
7) געדענקט אז pedestrians have the right of way! אין crosswalks. עס איז דריי פוינטס! מען טאר נישט אריבערפארן "ביידע" directions אויב א pedestrian איז אין א crosswalk. עס איז דא נייער (שוין א פאר יאהר) crosswalks מיט blinking lights אויף Maple Avenue. קארס מוזען קומען צו א full stop ווען א מענטש גייט אדורעך. למשל נעבן ווי די מאנסי באסעס הייבען אהן זייער route ביי Metropolitan Home! איך ווער ממש קראנק צו זעהן איעדן טאג קארס פליען דורעך און פייפען נאך פאר די מענטשן וואס האבן די "חוצפה" פון אריבערגיין. עס קומט פון איגנארענס און פשוט נישט קענען די געזעצן פון דרייווען. האט איהר נישט גענומען די Five Hour Class???
8) ווען א איד גריסט אייך א שיינעם הויכן "גוט שבת" איז עס נישט ווייל איהר טראגט מיטן עירוב. דאס איז די מנהג אין מאנסי און אין אלע אידיש שטעט - א חוץ וויל-יעמס-בורג, שנארער פארק און פלעט-בוש. איהר דארפט פשוט שיין ענטפערען "א גוט שבת צו אייך". ניין, עס איז נישט קיין מאדערענע זאך.
9) לערן אויס דיינע קינדער to respect other peoples property! ווילסט ניצן א short cut? מאך זיכער אז עס איז מיט רשות! נאר ווייל "יעדער" גייט, מיינט נישט אז מען מעג. טרעט נישט אויף יענעמס גראס! ער האט געצאלט אסאך געלט פאר די landscaping.
10) געדענק אז מאנסי איז א בעטעמ'ט פלאץ צו אויפציען ערליכע אידישע קינדער. חן מיט פשטות. יא, עס קומט צוביסלעך אריין די שטותים פון שטאט (למשל בנוגע ללבוש, גלעזער, peer pressure ועוד), אבער מאך עס נישט ערגער. so far איז מאנסי נאך נישט אזוי ווי בארא פארק ועוד
where you have to Keeping up with the Joneses. געדענק! Live and let live. מאנסי איז א שטאט פון חסד און חן.
Let's keep it like this!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===