איז דא א לעזונג צום צובראכענעם שידוכים-שדכנים סיסטעם?
דער וועג ווי אזוי שידוכים-שדכנים ארבעט איז דעפעקטירט . פינטעל
כמעט יעדער איינער האט א ברודער צו א שוואגער וואס האט א קינד העכער די 20, א זאך וואס איז אמאל גווען אסך מער זעלטען. עס איז דא גאר גאר אסך מענטשען מיט וואוילע קינדער פון 19 יאר וואס האבן נאך נישט באקומען קיין איין איינציגען טעלאפאון קאל פון א שדכן.
הקדמה:הכל בידי שמים. און א זיווג ווערט אויסגערופען מ' יום קודם יצירת הוולד, מיט דעם אלעם איז פשוט אז מען מעג און מען דארף אריינקוקען וואס זענען די יסודות פונעם פראבלעם און ווי אזוי עס איז שייך צו פארעכטען. און פונקט ווי יעדער פארשטייט בנוגע דעם דירות קריזיס אז עס איז א מצוה רבה צו געפינען א לעזונג על אף וואס מען האט אויסגערופען בית פלוני לפלוני, ה"ה וכ"ש הכא.
א. לענ"ד איז איינס פון די הויפט פראבלעמען, אויב נישט דער הויפט פראבלעםאז א שדכן ווערט זייער ווייניג באצאלט פאר זיין ארבעט. פאר סאם ריזאן האבן אונזערע חכמי כעלעם מחליט גווען אז שדכנות געלט גייט נישט ארויף מיט אינפלאציע. שדכנות געלט שטייט היינט בערך ווי עס איז געשטאנען 30 יאר צוריק (עטוואס העכער), און די ארבעט איז גארנישט געווארן גרינגער, אויב עפעס שווערער. די רעזולטאט, דער ציבור איז געוואקסן פי חמשה, אבער שדכנים זענען נישט צוגעקומען, ואין הקומץ משביע.
וואס נאך זענען די פראבלעמען און וואס קען מען טוען דערצו? לייגט צו אייערע צוויי צענט.