Re: מ. ג. ליכטענשטיין בילדער וואנט (פיצי קעפעלע)
אשריך!
איבערגעגבן דורכן בעל המעשה:
א גוטן, צו פארשטיין בעסער דעם מעשה וועל איך מאכן א קורצע הקדמה. מיין נאמען איז מ. ג. ליכטענשטיין (אין ביזנעס רופט מען מיר גער"י – Garry, און איך ארבעט אלס די פראיעקט מענדזער (project manager) פאר א גרויסע קאמפעני פון קאמאסיע"ל קיטשענ"ס (commercial kitchens) אין מאנסי וועלעכע האבן קליענטען איבער גאנץ אמעריקא.
עס איז געווען א צייט צירוק ווען איך האב געדארפט זיין אין ראטשעסטער אויף א קאפערענץ מיטינג מיט א קליענט וועגן א געוויסע פראיעקט. עס איז געווען געפלאנט זיך דארט צו טרעפען מיט בערך 20 מענטשען, און א חלק ניכר פון זיי זענען געווען נשים.
וויבאלד איך האב געוויסט אז איך וועל זיין די ראש המדברים פונעם קאנפערענץ מיטונג, און דאס וואלט געמיינט אז אסאך שלום עליכם׳ס וועלן געשעהן, האב איך גערופען דעם ארגאנעזירער פונעם מיטינג און מסביר געווען די אידישע הלכה וועגן נגיעה – אז עס איז אסור פאר א מאן און פרוי צו געבען די הענט איינער פארן אנדערן. איך האב צוגעלייגט אז איך זאג עס נאר פאר איהם כדי ער זאל וויסן ביפאר, אבער ער זאל ניצען זיין שיקול הדעת ווי אזוי זיך צו באגיין דערמיט. כ'האב מיר נישט גערעכנט אז ער וועט טוהן עפעס ספעציעל דערוועגן.
וואס האט פאסירט דערנאך האט מיר סופרייזט. ער האט ארויסגעשיקט אן אמעיל צו אלע באטייליגטע און געשריבן אזוי:
Folks,
As many are aware, Garry Lichtenstein from Culinary Depot is coming to Rochester on Monday, 11/19, regarding the kitchen equipment they are selling to the ******** ***** ******* ******.
Garry is an Orthodox Jewish man. As such, he follows certain customs and rules that may seem different to folks that do not share his faith tradition. One is that he is not allowed to have physical contact with a female though a handshake or even a fist bump, unless they are his wife, siblings, parents and grandparents. He mentioned this to me as he does not want to seem unfriendly or offensive. This is not female-focused, as Orthodox women are required to observe the same with regard to men.
Just so you know. When meeting with Garry, please be respectful of this (as I know you will) and don’t take it personal.
Thanks.
***
(איבערזעצונג:
חברה,
אסאך ווייסן שוין אז גער"י ליכטענשטיין פון קאלינער"י דיפא"ט קומט קיין ראדטשעסטע"ר דעם קומענדיגען מאנטאג 11/19 בנוגע די קיטשע"ן עקוויטמענ"ט (קאך געברויכן) וועלעכע זיי טוהן פארקויפן פאר ******* ***** ******* ******.
גער"י איז אן ארטאדאקסישער איד. אלס איד טוט ער זיך פירן מיט געוויסע פירונגען און הלכות וועלעכע קענען אויסקוקן דיפרענ"ט (אנדערש-נישט די געווענליך) צו אזעלעכע וועלעכע האבן נישט די זעלבע גלויבן און מסורה ווי אים. איינע פון דעם איז, אז ער מעג נישט קומן אין בארורנג מיט א פרעמדע פרוי אפילו דורך א הענ"ד שע"ק אדער פיס"ט באמ"פ, אחוץ אויב די פרוי איז זיין ווייב, שוועסטער, מאמע אדער באבע. ער האט מיר געלאזט וויסן דערפון וויבאלד ער וויל נישט אז מען זאל עס אננעמען ווי אומפריינטליך א.ד.ג. דאס איז נישט דירעקט 'אנטקעגן פרויען', וויבאלד די זעלבע איז פאר אידישע פרויען אז זיי טארן נישט קומען אין בארורנג מיט פרעמדע מענער.
איר זאלט וויסן. ווען איר טרעפט זיך מיט גער"י, ביטע זייט נעמט דאס אין אכט (אזוי ווי איך ווייס איר וועט) און נעמט עס נישט פרעזענליך.
ישר כח)