ריבונו עולם.. איך גיי איבער פרעגן ווער ווייסט בּערך דער פרייז? וויפיל געלט איז געווען דער סימפל אמאליגער נדן? די עמטליכע מינימאלער סכום יעצט הארט פאר די קריג מינימאלער סכום מיין איך פאר די וואס האבן ליידער נישט געהאט קיין געלט
yoy האט געשריבן:
1) ווער ווייסט בּערך דער פרייז פאר נדן וויפיל געלט עס איז געווען די עמטליכע סכום יעצט הארט פאר די קריג? מינימאלער מיין איך דער סכום פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין געלט איך ווייס אז די פרייז פון שדכנות געלט איז געווען עפעס זעקס צו זיבען פראצענט פון וויפיל דו נדן איז געווען,נו נדן וויפיל איז געווען די נדן אליינס 2) ווער ווייסט ווער עס האט געביטן די געדאנק פון נדן, ווייל עס איז מער נישט דא היינט?? ווי אזוי האט זיך עס געביטן וועט איר מיר זאגן אז די קריג גאר?
א דאנק פאר די טירחה; נישט געטראפען קיין זיידעס; זעהט אויס אז זיי האבען נישט געהאט קיין געלט צו קויפען א ש"ס, אדער האבען שוין גע'ירשענט איינס. בימים ההם איז א ש"ס געווען א נדן. (איך האב צוויי בענדער פון א ש"ס וואס הגאון רבי אברהם שאג האט באקומען צו די חתונה. דאס ש"ס האט קודם באלאנגט צו זיין שווער הגאון רבי אהרן שפיץ וואס האט עס ווארשיינלך באקומען פון זיין צווייטען שווער רבי יצחק חיות ראש הקהל אין אונסדארף צן זיין חתונה). דאס ש"ס איז דאכט זיך מיר געדריקט אין ווין אין תק"ע, גלייך פאר זיין צווייטע חתונה) .