בלעקוויא דעשקעם - Blackvue dash cam
ערשטנס.
א must have ענדרויד עפפ פאר ווער עס האט א Blackvue דעשקעם. עס ערפילט א גרויסע חלל פון די ארגינעלע עפפ. Veiwer for Blackvue
וויכטיג ווען מען נוצט די עפפ; די קעמערע IP address (ווען עס איז נישט קאנעקטעד צו א ווייפיי נעטווארק, נאר די פאון דירעקט צום דעשקעם) איז 10.99.77.1 .
צווייטנס.
ווען די קעמערע איז קאנעקטעד צו ווייפיי קען מען זייער גרינג זען די קעמערע, אראפלאדן קליפס פון די קעמערע פון א קאמפיוטער, אדער דיווייס פון די נעטווארק.
מען דארף וויסן די דעשקעמ'ס IP address. (גרינג צו טרעפן דורך advance IP scanner)
לייג אריין די URL אזוי:
צו זען די פראנט קעמערע IPaddress/blackvue_live.cgi
צו זען די בעק/אונעווייניגסטע קעמערע IPaddress/blackvue_live.cgi?direction=R
צו זען די ליסט פון רעקאָרדירטע פיילס IPaddress/blackvue_vod.cgi
דערנאך צו דאונלאדען א פייל קאפי די פייל נאמען, די דאטום און צייט און MP4 עקסטענשאן. למשל
קאוד: וועל אויס אלע
20171202_103459_NF.MP4
לייג אריין די URL IPaddress/Record/20171202_103459_NF.MP4
והנה די פייל וועט זיך דאונלאדען.
איינער האט מער, איז מכובד מיטצוטיילן.