Re: היסטארישע ירושה מנורות - לכבוד חנוכה
שמן האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: הוא הנותנת, אפשר ווען ער איז אוועק איז דער מנורה געווען פאר'משכן'ט ביי א מלווה און די קינדער האבן אפגעצאלט דעם חוב און אויסגעלייזט די משכון. אדער עפעס אן ענליכע היכי תמצא, די קשיא עכ"פ איז כלל נישט שווער
עס זענען געווען נאך מנורות פון הרה"ק מצאנז זי"ע אבער געבליבען איז נאר דער, איהכ"נ ער האט פארמשכונט אבער מען האט עס אויגעלייזט, באקאנט איז געווען איינמאל וואס אשת הרה"ק ר' מאיר נתן זצ"ל שנור פונעם צאנז'ער רב האט אויסגעלייזט א מנורה אבער האט עס נישט געוואלט צוריקגעבן ביז ממש פאר הדלקת נירות אויס חשש אז ס'וועט פארמשכונט ווערן נאכאמאל למעשה גלייך פאר חנוכה האט איינער געברענגט א מתנה א נייע מנורה פאר'ן צאנז'ער רב איז די ערשטע מנורה געבליבען ביי איר און שפעטער ביי איר זון הרה"ק מ'באבוב, איך מיין ביז צו דער גרויסע שריפה וואס ער האט געהאט