דאס איז שרה די ווייב פון ר׳ דוד פאלאטשעק,
איז מעגליך ביי זיין נאמען שטייט ״שוחט״?
טויט איז געווען אין די זעלבע פלאץ, 1020, Gr. Sperlgasse 33
מאי 18 1870 (אור לל״ג בעומר תר״ל) האבן זיי חתונה געהאט.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
משיח האט געשריבן:משיח האט געשריבן: חתונה רעקארד פון רבי דוד פאלאטשיק
לויט די אינפארמאציע וואס איך ווייס איבער אים קען איך ארויסליינען די פאלגענדע,
חתן: דוד פאלאטשעק, געבוירן אין דינדיש, 21 יאר אלט.
פאטער: אברהם פאלאטשעק, דינדיש,
כלה: סאלי (שרה) קרעטש,
געבוירן אין עטשעג, 17 יאר אלט.
וואס שטייט ביי איר עלטערינס נאמען??
פ
משיח האט געשריבן:משיח האט געשריבן: חתונה רעקארד פון רבי דוד פאלאטשיק
לויט די אינפארמאציע וואס איך ווייס איבער אים קען איך ארויסליינען די פאלגענדע,
חתן: דוד פאלאטשעק, געבוירן אין דינדיש, 21 יאר אלט.
פאטער: אברהם פאלאטשעק, דינדיש,
כלה: סאלי (שרה) קרעטש,
געבוירן אין עטשעג, 17 יאר אלט.
וואס שטייט ביי איר עלטערינס נאמען??
פ
יקים האט געשריבן: קען מיר אפשר איינער אויס לערנען איין מאל פאר אלעמאל וואס מיינט דא יעדע שורה?
א דאנק!
הסרפד האט געשריבן:יקים האט געשריבן: קען מיר אפשר איינער אויס לערנען איין מאל פאר אלעמאל וואס מיינט דא יעדע שורה?
א דאנק!
לינקס צו רעכטס:
1. נומער (הייבט זיך אהן פון פריש יעדעס יאהר, בדר"כ)
2. געבורט:
- טאג
- חודש
- יאהר
- פלאץ
- הויז נאמער (זייער נוצבאר אין שטעט וואו עס איז פארהאן מאפעס וכדו')
3. ברית (ביי א מיידל האט מען, אין טייל ערטער עכ"פ, גענוצט די פרטים פאר דאס נאמן-געבן)
- טאג
- חודש
- יאהר
- פלאץ
- הויז נאמער
4. קינד
- נאמן
- זכר/נקבה
5. מצב פון די עלטערן (געזעצליך פאר הייראט צי נישט)
6. פאטער: נאמן, באשעפטיגונג, וואוין ארט (געלאזט ליידיג בד"כ ווען נישט געזעצליך פאר הייראט, שפעטער אהן געפילט למפרע בד"כ)
7. מוטער: נאמן, ארט, איהרע עלטערענס נעמן, באשעפטיגונג, וואוין ארט
8. סנדק, זיין אונטער שריפט, באשעפטיגונג, וואוין ארט (ביי נישט געזעצליך פאר הייראטע עלטערן האט מען דא פיל מאהל מרמז געוועהן דעם פאטער'ס נאמן.)
9. מוהל, זיין אונטער שריפט וכו'
10. הייבאם, איהר אונטער שריפט וכו'
11. נפל (ר"ל)
12. הערות (דא קען אויך שטיין וועגן דעם פאטער, בפרט אויב מען האט עס שפעטער גע'כשר'ט למפרע. אויך קען דא שטיין ווען דעם געבוירענעם איז אוועק.)
משיח האט געשריבן: ווער קען מיר אפליינען די דריי רעקארדס?
Gevald Geshrigen האט געשריבן: לייג ארויף דעם גאנצן בלאט.
עס קוקט מיר אויס פון די בעקגראוד א מערידזש לייסענס פון איינעם אברהם אדלער עפעס נאך א נאמען סופר א זון פון עקיבא און דזשולי אדלער/סופר פונעם שטאט בורשטין מיט חי׳ שרה (האובערג אדער האמבורג ?) טאכטער פון פתחי׳ און שיינא גאלדא האובערג אויך פון בורשטין