בוכבינדעריי: איינצובינדן אלטע און נייע ספרים און ביכער
(אין מיין יעצטיגע פאל, א תהלים מיט א שיינע געוויסע פאנט און גאר גרויסע אותיות, נישט שיינעדיגע פאפיר)
און עס לאזן איינבינדן מיט אן אנטיק לעדערנע דעקל (מיט די ארויסגעשטארטע שדרה ליין'ס), מיט א נאמען דעראויף
ווי איז דא אזא קאסטאם בוך-בינדעריי וואס טוט דאס?
איך ווייס אז הרב שלום האלפערט פון ק"י האט אזא געשעפט אין וומס"ב
וויאזוי הייסט דער געשעפט? וואס איז דער אדרעס און טעל-נומער?
א זוכעניש דא אויף אייוועלט טרעפט נאר א באשרייבונג אויף נאך אזא געשעפט אין קינדליין, וויאזוי הייסט יענע געשעפט? וואס איז זייער אדרעס און טעל.
איז דא נאך אזאלעכע געשעפטן אין די אידישע מארקעט?
וואס איז בערך די פרייז איינצובינדן א נייע ספר?
איבערבינדן אן אמת'דיגע אנטיק ספר פארשטייט זיך קאסט סאך מער, ווייל ס'פארלאנגט אסאך מער ארבייט און דוקא נאר דורך אן עקספיריענסד מומחה, די פרייזן דערפאר איז זיכער אנדערש ביי יעדע ספר לויטן מצב, אבער דאך ביי וויפיל בערך הייבט זיך עס אן, און וואס איז די רעינדש?
היינט פארקויפט מען נייע סידורים מחזורים וכו' מיט לעדערנע דעקלעך וואס מ'רופט עס אנטיק לעדער
אבער ס'האט נישט דעם אמתדיגן אנטיק חן און זיכער נישט א קאסטאמ'דיגע אויסזעהן, נישט פון דעם רעדט
דער פסוק
איך וויל זיך פילן באקוועם עס צו ניצן אין א ביהמ"ד,כ'מיין צו זאגן ס'זאל האבן אן ערענסטע לוק, נישט די היינטיגע געבאבל'טע דיזיין'ס, און אויך נישט זייער אויפפאלענד אנטיק (אפגעוואשענע קאליר)
יש"כ למפרע פאר עני אינפורמאציע, און אויב איינער האט איידיעס פון א שיינע זאך, און קען ארויפלייגן א בילד וועט עס זיין אמתדיג עפרישיעטעד