רב טקסט האט געשריבן: מיינסט די טעם זרקא, וואלסט געדארפט אויך מאכן באלד די ווארט מצרים וועלכע'ס האט א טעם סגול.
גערעכט רב טקסט, טעיתי. דעם זרקא האב איך געמיינט.
האט זיך געלוינט דער טעות אז רב טקסט זאל מגיב זיין.
מצרים האב איך נישט געמאכט באלד ווייל עס באלאנגט אינעם קומענדיגן כלל וואס איך האב געשריבן.
לגבי פתח גנובה איז טאקע אינטערעסאנט דער בוצע און בוקע, און באמת ווי געשריבן אויבן ביי א פתח גנובה אפי' אויב דער ניגון איז אויפן תנועה השנית (פאר מתחילים: תנועה ראשונה איז די לעצטע, תנועה השני איז איינס פאר די לעצטע, און תנועה השלישית איז צוויי ארויף ווי אין נערמו און נעמדה) קען עס נאך ווערן גערופען מלרע, און דאס איז מיר געווען א גאר א גרויסער חידוש ווען איך האב א צייט צוריק געזען אין א ספר וואס רופט א ווארט מיט א פתח גנובה א מלרע, אבער אזוי איז עס.