אידן זייטס ענק משתתף פאר אינזערע ברידער פון די אנדרע זייט אמעריקע http://www.jewishmyrtlebeach.com/gala און שרייב ארויס אז עס קומט פון די חברי איי וועלט
און אזוי ווי דער עולם האט געבעטן וועל איך אויכט שרייבן אביסל וועגן מיין נסיעה צו מוירטל ביעטש. אייגעשטאנען בין איך מיט א גרופע אידן אין אן הייזקע אין נארט מוירטל ביעטש א האלבע מינוט פון די ים. די ים איז געווען געשמאק און וויבאלד איך בין געווען אין נארט מוירטל ביעטש איז עס אויכט גאנץ ליידיג. נאך א פונקט, די וועטער איז געווען אין די מיטעלע 60 ממילא איז נישט געווען קיין צניעות פראבלעמען. איך בין געגאנגען באזוכן ריפליעס אקוואריעם גלייך אינדערפרי. למעשה האט ריפּליעס בעצם נישט אזא ריזיגער אויסוואל פון פישן, איך האב שוין געזען גרעסערס פון דעם, אבער די אקוועאריעם איז זייער הענדס אן, עס איז דא וואס צו טוהן דארטן אחוץ פון קוקן אויף פיש. עס האט א גאר אייגענארטיגע טאנעל וואס מען גייט אריין און ארונטער די שארק פישן, און זיי האבן א פלאץ וואס מען קען פיטערן די סטינגרעי פישן. זיי האבן אויכט א זייער אינטערעסאנטער אויסוואל פון שזעלי פיש . די באשרייבונג ביי אלע פישן זענען אויכט געשריבן מיט אינטערעסאנטע פאקטן מער ווי ביי א געווענליכער אקוועריאם. ביי די פענגווינס קען מען אויכט אריין קריכען און א טונעל און זיין גאר נאנט צום פייגל. ווען מען גייט ארויס אינדרויסן פון די אקוועריאם איז דא דארטן אזא קליינע וואסער מיט געשעפטן פון ארום און אין די וואסער איז דא אזעלכא גרויסע קארפן פיש וואס מען קען זיי פיטרן און עס איז אויכט דא א ספעציעלער מאשין וואס פארקויפט ספעציעלער עסען צו פיטרן די פיש. פאר די חובבי היסטאריע איז דא דארטן גאר אן אינטערעסאנטער פארק נעבן די עירפארט עס הייטס Warbird Park. די פארק איז אמאהל געווען א עירפארס בעיס און עס איז דא דארטן היינט אוועק געשטעלט כל מיני מלחמה פליגער וואס מען קען עס אויסטאפן פון דער נאנט. עס איז דא דארטן א סקיי וויעל וואס איז כמעט 190 פיס הויעך עס איז גאנץ אינטערעסאנט און עס איז נישט שרעקעדיג. מען קען פון דארטן זעען די שיינע פאנעראמע פון די ים. איך בין נישט געווען ביי נאך אנדערע פלעצער, איך האב געוואלט ענשזויען די נפלאות הבורא פון די כאוואליעס און קענען זען די זריחה מיט די שקיעה ענדערש ווי ארום האצקענען און בורדענען א גאנצע וואקאציע.
וואו האט איר געדאווענט
נקוט האי כללא בידך: די עקסטרעים פון רעכט איז ראסיזעם וואס טויג נישט פאר אידן און די עקסטרעים לינק איז גזירות נגד הדתווי מזעהט ליידער איבער די וועלט לעצטענס
די רב זאגט מיר אז די שבת איז געווען 6 שטריימלך נ.ב. ווער עס וויל גיין פאר שבת און וויל נישט מיטשלעפן זיין שטריימל איך האב דארט געלאזט מיין שטריימל פאר ווער עס דארף (שטריימל גמ"ח)
די רב זאגט מיר אז די שבת איז געווען 6 שטריימלך נ.ב. ווער עס וויל גיין פאר שבת און וויל נישט מיטשלעפן זיין שטריימל איך האב דארט געלאזט מיין שטריימל פאר ווער עס דארף (שטריימל גמ"ח)
די רב זאגט מיר אז די שבת איז געווען 6 שטריימלך נ.ב. ווער עס וויל גיין פאר שבת און וויל נישט מיטשלעפן זיין שטריימל איך האב דארט געלאזט מיין שטריימל פאר ווער עס דארף (שטריימל גמ"ח)