הילולא דצדיקיא האט געשריבן: יעצט ביי מילער אין מאנסי איז דא א סעיל (ביז פורים בערך) אויף גוטע געהעריגע שטריימלעך
מ'קען ארויס גיין פאר 1000$ ביז 1500$ מיט עכט שיינע 3000$ ווערט שטריימלעך.
מאכט נישט קיין סענס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
טעם וריח האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן: יעצט ביי מילער אין מאנסי איז דא א סעיל (ביז פורים בערך) אויף גוטע געהעריגע שטריימלעך
מ'קען ארויס גיין פאר 1000$ ביז 1500$ מיט עכט שיינע 3000$ ווערט שטריימלעך.
מאכט נישט קיין סענס
ווער ס'קען אביסל הלכות שטריימל, ווייסט אז יעדע געשעפט, בלייבט איבער מיט גוטע געהעריגע שטריימלעך, וואס ער פארקויפט נישט למעשה, און איין מאל א יאר, אדער איין מאל אין צוויי יאר, מאכט מען א סעיל אויף די אלע רעדי שטריימלעך וואס ער האט נישט געקענט פארקויפן, און ער געבט דאס פאר אסאך ביליגער
חברותה האט געשריבן: ביי וועלעכע שטריימעל סטאר וועל איך ארויסגיין מיט די שענסטע שטריימעל אין די דריי טויזנט דאלער געגנט?
חברותה האט געשריבן: ביי וועלעכע שטריימעל סטאר וועל איך ארויסגיין מיט די שענסטע שטריימעל אין די דריי טויזנט דאלער געגנט?
זינגער האט געשריבן: אפשר זאל איינער שרייבן וואס מען דארף קוקן ווען מען קויפט א שטריימל?
וואס דארף מען וויסן ווען מען קומט אריין צו א שטריימל סעיל.
די חילוק פון קענעדישע האר, לענישע האר, רוסישע האר.
די חילוק פון א פארמאכטע און א אפענע.
לאנגע שווענץ קליינע שווענץ.
די חילוק פון א רעגן און א עכטע.
לוינט זיך צו צולייגן נאך א אפאר הונדערט דאלער אדער א טויזענטער און זאגן מאך מיר א שענערע שטריימל אדער דאס איז ריין ריווח פאר די אייגנטומער.
וועלעכע אפגרעידס לוינט זיך צו מאכן?
לוינט זיך צו איבערפרישן א שטריימל? אדער קויפן א נייע?
און אויך וויפיל מער איינס דארף קאסטן פון די אנדערע.
זאלן זיי זעהן אז מען קען נישט מער אויסנערן מענטשן איעדער גייט אריין קומען ווי א פראפעשינעל מבין.
בקוצר, ווער קען אריין קומען קלאר?
פאלקס קיך האט געשריבן:חברותה האט געשריבן: ביי וועלעכע שטריימעל סטאר וועל איך ארויסגיין מיט די שענסטע שטריימעל אין די דריי טויזנט דאלער געגנט?
פאר $2500 ביי די שטריימל סוחר "כתר מלכות"אין קרית יואל פאר די תקנות חסידי מהר"א, זיי האבן א $2500 מחותן שטריימעל וואס מחותנים פארן פון איבעראל דארט קויפן, אין אנדערע שטריימעל מקומות פאר $2500 באקומסטו גארנישט ווערט ליידער
farshlufen האט געשריבן: די פראקטישסטע צוגענגליכע מחותן שטריימל, נעם דיין שטריימל טויש קאפל און פריש עס איבער אביסל, וועסט דיר אליין נישט גלויבן ווי שיין עס איז.
Kosher Travel האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן: הרב כשר הערה בעלמא:
כ׳האב געהערט אמאל בשם אן ערליכן איד אז דעם אויסדרוק ס׳וועט נישט העלפן קיין פודנו ומצילנו איז פראבלעמאטיש ווארום די כוונה איז צום רבוש״ע און דאס שטאמט פון די אלטע אפיקורסים ובאתי רק להעיר
לא זכיתי להבין...
ערליכער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן: די פראקטישסטע צוגענגליכע מחותן שטריימל, נעם דיין שטריימל טויש קאפל און פריש עס איבער אביסל, וועסט דיר אליין נישט גלויבן ווי שיין עס איז.
די עמך שטריימעל סוחרים בעטן א גרויסן פרייז פאר דעם נאכדערצו טאמער ווייסן זיי אז די ביזט א מחותן , וועגן זיי ווילן זאחסט ענדערשער קויפן א נייע שטריימעל ,אפשר די קלענערע שטריימעל סוחרים האבן מער צוגענונגליכע פרייזן צו פארעכטען