ער האט מקנא געווען ריסקעווע רב וואס האט אים יא גוט געדענקט זייענדיג עטוואס עלטער פונעם רבין! טראץ וואס די רבי איז געווען 9-10 יאר האט ער אבער קוים געדענקט צורת קדשו
שוב מצאתי אינעם נייעם נארוואס ערשינענען באנד באילנא דחיי חלק ו' עמ' תפט ביי די זכרונות פון הר"ר עזריאל מאיר ליפשיץ כ'וועל ציטריטן ווארט ביי ווארט:
"דער דערמאנטער קיוויאשדער רב פון פארעסט הילסהגה"צ ר' יצחק אייזיק אייכענשטיין זצ"ל האט גענאסן פון א גרויסע חביבות און הערצה פון רבי'ן. ער איז אסאך געשטאנען לימין קדשו פון רבי'ן מיט פארשידענע שליחות'ער למען הכלל. ווען ער האט חתונה געמאכט זיין זון, הרה"ג ר' אברן מאיר ז"ל (אב"ד קיוויאשד מאנסי), איז דער רבי געקומען זיך באטייליגן ביי א שמחת השבע ברכות. איך בין דערביי אנוועזנג געווען און איך געדענק וויי די דער רבי האט ביי יענער געלעגענהייט זיך געוואנדן צו ר' אייזיקל'ס שווער, דער קיוויאשדער רב הגה"ק רבי אלעזר שפירא זצ"ל און געפרעגט צי ער געדענקט נאך די צורה פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע. ווען דער קיוויאשדער רב האט געענטפערט אז ער געדענקט נאך גוט זיין צורה, האט דער רבי זיך אנגערופן מיט באדויער: "א פלא פון א זאך. איך בין שוין געווען א ניין יעריג קינד ווען איך האב געזען דעם שינאווער רב ביי דער חתונה פון מיין ברודער דער עצי חיים. ער האט מיר אפילו פארהערט אין דער סוגיא פון 'שיקול הדעת', און דאך קען איך זיך נישט דערמאנען זיין הייליגע צורה".