Re: דב"ק מרן מ'סאטמאר זצ"ל - [לשון קדשו]
די וואך איז בהעלותך תשכ"ז חלק ב'
ס לוינט זיך מאכן צייט אין אזא לאנגע פרייטאג און אויסהערן דעם רעקארדינג.
דעם רבינס הייליגע קול און לשון ווי ער טראסקעט צאם קשיות אויף די פרשה און ווי ער שלייפט דאס אריין מיט די דעמאלטסטיגע דברים העומדים על הפרק.
שמועסט אויס מיט אזא נאטורליכקייט די האקעלע מושג פון מקור הניסים אז מלאזט פון אויבן די סטרא אחרא מאכן ניסים אונז צו אויספרובירן אבער אין אזא נארישע דור ווען אפילו די סטרא אחרא אויך נישט טוהן ניסים למגנא, גענוג אז זיי רעדן איין עולם גולם אז ס'איז ניסים און מ' פארט נעבעך מיט.
די ווייטאג אויף די געפאלענע אין קריג. "פארוואס, פארווען? פארוואס? פאר א מדינה מצער צו זיין דעם אויבערשטן?". וויינט און שרייט פון אזא אמת'ע פלאץ בו בזמן וואס די גאנצע וועלט האט אים נישט פארשטאנען.
און א זמן ווי היינט ווי סגולות, מופתים און ניסים ווערט פארקויפט ווי אן עיקר אין אידישקייט איז דעפרישנד אויסצוהערן ווי דער צדיק אמת צולייגט דאס אויף טעלערלעך אז דער עיקר איז תורה אידישקייט, הלכה און ריינע מסורה און ווי ווייט מ'דארף אוועקשטיין פון די פאלשקייט פונעם דור אפילו ווען דאס איז די איצטיגע דעת הקהל. אלעס מיוסד פון ראשונים און קדמונים און ווי שיין ער פארענטפערט די פרשה.
מיך האט דאס ערוועקט, טייל איך עס מיט מיט אנדערע.