איך האב געוואוינט אין לאנדאן א שיינע פאר יארנברא האט געשריבן: ↑ מאנטאג אפריל 15, 2024 1:42 pmביסט שוין אמאל געווען אין לאנדאן? האסט געזען די עדיטוט פון די דרייווערס דארט?
ווען מען זעט איינעם ווארטן ביי אן אינטערסעקשאן וועט מען זיך אלץ אפשטעלן און אריינלאזן יענעם. דארט איז נישט קיין סטאפ סיינס בכלל, נישטא קיין יילד סיינס. אלעס פארט א מחי' ווייל מען איז נאכגעביג און געדולדיג (עס גייט צוזאמען).
דא קען מען שטיין ביי אזא גאס ווי סאסוב און קארלין אין די פארנומענע צייטן א האלבע שעה און דו וועסט נישט קיינמאל קענען ארויספארן. דו ביסט פארשפארט אינעם גאס. דא איז מען ליידער נישט נאכגעביג, קיינער קען נישט מוותר זיין. נא, מה יעשה הבן? איך האלט מיך פאר א זייער פארזיכטיגע און נאכגעביגע דרייווער, איך פרוביר אלץ אריינצולאזן, און מוותר זיין. אבער ביי אזעלעכע פעלער "קאט איך אריין". האסט מיר אן אנדערע עצה?
דארט מאכט זיך עס ווייל קאמוניקאציע בכלל צווישן די דרייווערס אויפן ראוד איז שטארק, קומט אויס אז ווען איינער פארט אויפן מעין ראוד און זעהט אז איינער ווארט אריינצופארן וועט ער אים געבן א בלינק מיט די העדלייטס און יענער כאפט גלייך וואס עס מיינט און ער פארט גלייך ארויס אז יענער דארף ניטאמאל ברעקן נאר אויסלאזן די געז, און דערנאך וועט ער אים געבן א בלינק מיט די העזערדס צו זאגן שכח.
ווידעראום דא קען איך בלינקן און דער אורח ווארט נאך אלץ, וואס געשעט יעצט איז, איך האב מורא אז ער וועט אנהייבן פארן פלוצלינג דארף איך שוין ברעיקן מאכט עס שוין טרעפיק האבעך שוין נישט קיין נערוון עס צו טון......
גראדע דארט איז לאנדאנער אומפארגינערישקייט שטארק ביי די גויים און איז שטארק קענטבאר אויפן ראוד
כהאף אז מען פארשטייט וואס איך שרייב