בלאט 1פון 3

זענען מיר אויסגעהאלטן אין הלכות ריבית?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 3:21 pm
דורך שטאלצער יוד
פון דא
נעכטן אויף קול מבשר 114 ברענגט דרעזנער ארויף הרב הגאון ר' פינחס ווינד שליט"א בעל ברית פנחס איבער די פרישע אויפוואכונג אין הלכות ריבית וואס איז לעצטענס אנשטאנען.

די אינטערוויא איז זייער זייער אינטערסאנט. ער ברענגט ארויס קלאר די פילצאליגע חששות אין ריבית וואס אונז פאלן אריין טאג טעגליך. עס איז עס איז כדאי אויסצוהערן.
כ'על דא צורבענגן אפאר שאלות וואס ער שמועסט דארט אויס.

1) עס זענען פארהאנען מערערע בענק אין ב"פ וואס געהערן צו יודען, און מ'טאר זיי נישט צאלן קיין אינטרעסט, און אויך נישט נעמען ביי זיי קיין פראצענטן.
2) א געשעפט וואס פראקלאמירט אז איינער וואס באצלאט אויפ'ן פלאץ צאלט ביליגער ווי דער וואס צאלט שפעטער.
3) א בחור אין ארץ ישראל בארגט 100 דאללער פון איינעם, וויפיל מעג ער באצאלן (די פרייז פון די שקל ₪ קען שוין האבן זיך געטוישט)?.
4) איינער וואס קויפט א הויז (מיט א מארגעטש) אויף א צווייטען'ס נאמען קען נישט געבן די אינטרעסט.

עס איז גאר וויכטיג אז מ'זאל אויסלערנען קינדער, בחורים און מיידלעך, יעדער ריר איז ערענסטע שאלות פון דאורייתא.

עס איז דא א נייע נאמבער ווי מ'קען רופן דא אין אמעריקא אנצופרעגן שאלות אין בית הוראה לעניני ריבית 718-841-8888

ער מעורר א עצה אויף להבא, איז אז ערב פסח ווען מ'פארקויפט די חמץ ביים רב זאל מען אויך אינערשרייבן א היתר עיסקא (כללי).

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 3:52 pm
דורך יאצמעך
אלע פיר איז דא פשוטע וועגן זיך א עיצה צו געבן. מ'דארף עס נאר אויסארבייטן.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:38 pm
דורך אויבער-חכם
א דאנק אייך שטאלצער, עמירעס גיין אויסהערן

שאלה פיר איז די גרעסטע פראבלעם ווייל עס איז א דאורייתא, אין נאר היתר עיסקא קען העלפן.
שאלה צוויי איז די גרינגסטע, אין די פראבלעם מאכט זיך אסאך פארקערט אויכט, יעדע מקוה איד וואס בעט א ביליגער פרייז פאר ווער עס באצאלט אנהייב חודש ווי דער וואס באצאלט אין צייט. (פסיקה)

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:43 pm
דורך יהיה כן
אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:43 pm
דורך טשעירמאן
נומ 4 איז א שאלה, אפי' אויב איינער איז נאר א קא סיינער דארף מען עס איבעארשמועסן מיט א דיין.

צו די קעפל אוב מיר זענען אויסגעהאלטען? זיכער ישראל קדושים הן, אפשר דארף מען א זירוז אדער אן התעוררת

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:46 pm
דורך יהיה כן
טשעירמאן האט געשריבן: נומ 4 איז א שאלה, אפי' אויב איינער איז נאר א קא סיינער דארף מען עס איבעארשמועסן מיט א דיין.

צו די קעפל אוב מיר זענען אויסגעהאלטען? זיכער ישראל קדושים הן, אפשר דארף מען א זירוז אדער אן התעוררת

בכלל נישט זיכער!
ריבית קען מען מיט א קלייניגקייט ווערן נכשל, בפרט אז מען קען נישט די יסודי ההלכות

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:51 pm
דורך יאצמעך
יהיה כן האט געשריבן: אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

לאו דוקא.


איך קען דיר געבן עטליגע אופנים עס אויסצוארבייטען אן דעם.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 6:13 pm
דורך קיקיון
א הסכם ציווישען מיינס א ידיד און זיין זון אויף א קאנסטראקשון לאון
דוכט זיך אז בנוגע דעם REGULAR MORTGAGE איז אויך כעין זה
אז מיט דעם חלק פון PRINCIPAL וואס ער צאלט ער פאר די באנק קויפט ער אפ פון טאטען א שטיקעל ריעל עסטעיט
דער חלק אינטערעסט פון PAYMENT איז שכירות אויף טאטענ'ס חלק
5.jpg
5.jpg (396.98 KiB) געזען 3522 מאל

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 8:12 pm
דורך אויבער-חכם
יאצמעך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

לאו דוקא.


איך קען דיר געבן עטליגע אופנים עס אויסצוארבייטען אן דעם.

נא, שעם דיר נישט, הייב אן צו ווארפן אביסל לומדות.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:42 pm
דורך סידיראם
די פראבלעים איז אז אסאך גיטע מורה הוראות קענען נישט הלכות רבית, צוליב וואס עס איז זייער א שווערע לימוד. עס איז אפשר א גוזמא און אפשר נישט אז עס איז די בלויז דיינים יחידים וואס זענען גיט אויסגעקאכט אין הלכות רבית.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:05 pm
דורך געשיקטער
הרב ווינד שליט"א האט נישט דערמאנט די פראבלעמען מיט קרעדיט קארדס?
אדער אפשר האסט די פארגעסען

1) ווען מען ניצט יענעם'ס קארטעל כאילו עס איז זיינס (א קינד וכדומה)
ווער איז דער לוה ? די באנק בארגט פאר וועם? אז דער ניצער צאלט דעם אינטערעסט
צאלט ער נישט פאר דעם CARDHOLDER ?

2) מען קויפט אויף יענעם'ס חשבון אין מען לאזט איבער א באלאנס נאך דעם DUE DATE
און עס זאמעלט זיך אינטערעסט איז דאס אן ערנסטע שאלה

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 12:11 am
דורך שטאלצער יוד
געשיקטער, איך מיין אז ער האט נישט דערמאנט וועגן ניצן א צוייטענ'ס קרעדיט קארד.

עס מיר אינטערסאנט אז קיינער דא האט נישט אנגערירט די ערשטע נקודה. די רב שרייט אז אויף 13 עוועניא זענען דא אזויפיל בענק און קיין איינס פון זיי האבן נישט קיין הכשר. פארוואס איז נישטא קיין רשימות וועלכע בענק זענען גוי'שע אדער האבן היתר עיסקא, און וועלכע טאר מיט זיי נישט האנדלן (אן א געהעריגע היתר עיסקא)?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 3:12 am
דורך בראשית ברא
אויבער-חכם האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: אויף שאלה 4 העלפט היתר עיסקא נאר אויב די שוויות פון די הויז גייט ארויף יעדעס יאר דאפלט אזויפיל וויפיל די אינטרעסט וואס ער צאלט פאר זיין חבר, אזוי איז מבואר בספר 'היתר עסקא כהלכתו פון הרב פנחס וינד שליט"א

לאו דוקא.


איך קען דיר געבן עטליגע אופנים עס אויסצוארבייטען אן דעם.

נא, שעם דיר נישט, הייב אן צו ווארפן אביסל לומדות.

יאצמעך האט געשריבן: אלע פיר איז דא פשוטע וועגן זיך א עיצה צו געבן. מ'דארף עס נאר אויסארבייטן.

וואס זענען די פשוטע וועגן?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:19 am
דורך אויבער-חכם
געשיקטער האט געשריבן: הרב ווינד שליט"א האט נישט דערמאנט די פראבלעמען מיט קרעדיט קארדס?
אדער אפשר האסט די פארגעסען

1) ווען מען ניצט יענעם'ס קארטעל כאילו עס איז זיינס (א קינד וכדומה)
ווער איז דער לוה ? די באנק בארגט פאר וועם? אז דער ניצער צאלט דעם אינטערעסט
צאלט ער נישט פאר דעם CARDHOLDER ?

2) מען קויפט אויף יענעם'ס חשבון אין מען לאזט איבער א באלאנס נאך דעם DUE DATE
און עס זאמעלט זיך אינטערעסט איז דאס אן ערנסטע שאלה

די פראבלעם מיט ניצן א צווייטענס קרעדיט קארד איז אפילו אויב מ׳פלאנט עס באצאלן פארן דאָי דעיט,
וויבאלט די ווייסט אז אויב די וועסט באצאלן נאכן צייט גייסטו באצאלן אינטרעס, איז עס לכאורה ריבית קצוצה וואס איז אסור משעת הלוואה.
חוץ אויב מ׳נעמט זיך קלאר אויס אז אפילו אויב מ׳גייט באצאלן נאכן דאָי דעיט גייט די חוה נישט באצאלן די אינטרעס.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2018 9:03 am
דורך הענדימען
געהערט אמאל אז סאטמארער רבי האט גענומען א מארטגעדזש פון דויטשע באנק ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין איין אידישע שעירהאלדער

קול קורא

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 9:26 pm
דורך שטאלצער יוד
Capture.PNG
Capture.PNG (609.39 KiB) געזען 3127 מאל

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 9:35 pm
דורך פראהביטש
שטאלצער יוד האט געשריבן:
Capture.PNG

וואס שרייבט ער ווועגן געז אין לעקטריק?
ווי איז שייך ריבית

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 10:04 pm
דורך קיקיון
פראהביטש האט געשריבן: וואס שרייבט ער ווועגן געז אין לעקטריק?
ווי איז שייך ריבית

זעהט אויס אז די א"י דיגע פירמעס רעכענען אינטערעסט ווען מען באצאלט שפעט אזוי ווי CON ED דא

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 11:23 pm
דורך יהיה כן
מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 10:38 am
דורך לעזער פ.
ווי קען מען טרעפן א היתר עיסקא כללי

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 11:22 am
דורך ראפאט קראמפלי
לעזער פ. האט געשריבן: ווי קען מען טרעפן א היתר עיסקא כללי

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... SjGoqoRLdM

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 11:27 am
דורך חלהדעקל
יהיה כן האט געשריבן: מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

כ'געדענק שוין נישט די גדרים אבער ס'איז דא אין שו"ע א היתר פון בעטן קנס פארן צאלן שפעט

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 11:28 am
דורך ראפאט קראמפלי
חלהדעקל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

כ'געדענק שוין נישט די גדרים אבער ס'איז דא אין שו"ע א היתר פון בעטן קנס פארן צאלן שפעט

דו רעדסט פון לעיט פי, אויף אינטערעסט איז דאכט זיך מיר נישט פארהאן קיין היתר.

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 11:46 am
דורך חלהדעקל
גערעכט

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2018 12:02 pm
דורך יאצמעך
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן: מען איז עובר אויף ריבית אפילו אויב בפועל צאלט מען נישט קיין אינטרעסט [מען באצאלט אין צייט] ווייל דאס גופא אז מען איז מסכים צו די קאמפאני'ס פאליסי צו צאלן אינטרעסט און לעיט פעימענט פי'ס, איז מען עובר תיכף ומיד אויף א איסור ריבית

כ'געדענק שוין נישט די גדרים אבער ס'איז דא אין שו"ע א היתר פון בעטן קנס פארן צאלן שפעט

דו רעדסט פון לעיט פי, אויף אינטערעסט איז דאכט זיך מיר נישט פארהאן קיין היתר.

נאר א סעט פי, און נאר איינמאל פאר יעדע פעימענט.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: