ידיעות שונות האט געשריבן:ממעתיקי השמועה האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן: מאשין מצות האט נאך אסאך צרות חוץ די פראבלעים פון כוחו, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציעט זיך נאר אויף איין נקודה באיסור מאשין מצות.
למשל איין נקודה פון מאשין מצות פארוואס דאס איז חמץ, איז וואס דער חידושי הרי"ם שרייבט ווען די מצות דרייט זיך מיט אן אייזן איז יתכן אז די שיעור חימוץ איז סאך שנעלער ווי ווען עס דרייט זיך דורך א מענטש וכנימוקו המבואר בתשובתו.
עס איז דא נאך א בארג מיט פראבלעימען מיט מאשין מצות, נישט אומזינסט האט דער גאון ישראל וקדושו דער הייליגער רב געשריבן אז דאס איז חמץ גמור.
די מדובר דא איז אויב די נייע עבודת יד מצות הייסט מאשין מצות, און אויף דעם האט דער עולם געוואלט זאגן אז דא איז די שאלה בעיקר כח כחו.
אייזן צו וועלגערען נוצט מען אין אסאך פלעצער (נישט פון ביידע זייטן, ויש לחלק), און דא ווילן זיי זאגן אז עס נעמט אסאך שנעלער ווי געווענליך.
למעשה איז פשוט אז כל המשנה ידו על התחתונה און חדש אסור מן התורה.
ואגב האב איך שוין פריער אנגעמערקט אז עס רירט אן זייער אסאך פאר הענט, וואס פארשנעלערט לכאורה די שיעור חימוץ.
מען איז אנגעקומען צו די נידון פון כוחו, געבויט אויף די ווערטער פון הגר"מ בראדסדארפער שליט"א, וואס ער האלט אז די מצות זענען בכלל נישט קיין מאשין מצות. איי ס'איז דאך א מעכאנישע פאטענט - מ'דרייט א הענטל און די אייזענעס דרייען זיך - טוהט ער אויף אז דאס איז גאהר בכלל נישט אנדערש ווי אונזערע וועלגער העלצלעך, און אויב אזוי איז עס געהעריגע מהודר'דיגע מצות "עבודת יד" כלשונו.
האב איך געברענגט דעם תשובה פון האלף לך שלמה, ווי ער מאכט א חילוק פארוואס טאקע זענען אונזער וועלגער העלצער נישט אין דעם כלל פון "מאשין מצות". און ער זאגט אז דאס איז ווי באלד די "גלגלים" איז נאך "בידיו". און ווי לאנג ס'איז בידיו, איז דאס א פשוט'ן 'גלגל' (וועלגער האלץ) און ס'באקומט נישט דעם נאמען 'מאשין מצות'.
איז אויב מען וויל וויסן די פונקטליכע גדר וואס הייסט 'עבודת יד', און וואס הייסט 'מאשין מצות', איז לויט הגרש"ק די חילוק זיייער קלאר : אויב ליגט די שטעקן אין די הענט, איז עס 'עבודת יד', אויב ליגט עס נישט אין די הענט, איז עס 'מאשין מצות'. און ביי דעם נייעם פאטענט דרייט מען א הענטל.
איך בין נישט זיכער צו ר שלמה קלוגער רעדט פון דעם אדער ווען איין גלגל דרייט דעם צווייטען וכו׳ דא איז עס לכאורה איין כח