איבערמאכן אלטע שטריימל, ווי איז דער בעסטער פלאץ?
והשנית, אן אלטע טייערע שטריימעל אבער איז שוין זייער נידריג לויט די 2018 פארשריפטען, קען מען עס איבערמאכן, צולייגן שפיצען, העכער מאכן וכולי. לוינט זיך? ביי וועמען?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
חלהדעקל האט געשריבן: אויף די צווייטע שאלה, זיכער קען מען, די שאלה איז נאר וואס די פרייז איז, מילער דוכט זיך טשארדשט $2500 פאר איבערמאכן א אלטע נידעריגע שטריימעל צו א אפדעיטעד 2018 שטריימעל.
חדשות האט געשריבן: והשנית, אן אלטע טייערע שטריימעל אבער איז שוין זייער נידריג לויט די 2018 פארשריפטען, קען מען עס איבערמאכן, צולייגן שפיצען, העכער מאכן וכולי. לוינט זיך? ביי וועמען?
צו געזונט האט געשריבן: ווער קאן איבערמאכען א איין שפיץ שטריימל, אנע עס אוועקלייגן. איך ברויך עס נישט העכער, נאר איבערגעפרישט מיט א נייעם ווערך.
זאל ער קומען האט געשריבן: ווי איך פארשטיי איז נישטא אזא זאך נאר טוישן ווערך, מ'דארף עפענען די שטריימל צו טוישן ווערך.
בעל דמיון האט געשריבן: כהיום אין מאנסי?
שוין אריבער קע"ה א שיינע פאר יאר זייט די חתונה, כ'וויל דייקא נישט די היינטיגע הויכע נאר גוט קאמפליטלי איבערפרישן די יעצטיגע.
ייש"כ
קיווי סטראבערי האט געשריבן:בעל דמיון האט געשריבן: כהיום אין מאנסי?
שוין אריבער קע"ה א שיינע פאר יאר זייט די חתונה, כ'וויל דייקא נישט די היינטיגע הויכע נאר גוט קאמפליטלי איבערפרישן די יעצטיגע.
ייש"כ
שטריימל סענטער - משה יושע סאפיר
ווערט אלע געלטער!
פרישע קוגל האט געשריבן: אז מען רעדט שוין יא. איך זיך א שיינע שטריימל פאר ביליג, איך וואוין אין וויליאמסבורג. ווייסט איינער?
יש לו מנה האט געשריבן:פרישע קוגל האט געשריבן: אז מען רעדט שוין יא. איך זיך א שיינע שטריימל פאר ביליג, איך וואוין אין וויליאמסבורג. ווייסט איינער?
דו ווייסט טאקע נישט?
אייזערנע בערשטל האט געשריבן: איך האב איבערגעמאכט מיין שטריימל ביי עפעס א אינגערמאן וואס ארבעט אין פערסטער געמאכט באמת א שיינע ארבעט, אויב געדענק איך גוט בעט ער א קנאפער הינדערטער, כמיין ער הייסט אורי, דאס איז זיין נומבער 8453763217. סאיז אן די קאפ וויי פון די שטריימל סטאר...