למען האמת איז עס נישט ממש אזוי, דאכט זיך מיר אז ס'איז א חומרא פון די גדולי האחרונים, אנדערע פלעגן יא פארקויפן חמץ גמור, אזוי ליגט אין מיין זכרון קעמערלעך,
צוריק צום נושא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אז מען איז שוין יא פארפארן פון די נושא, העמיר אויך צולייגן.
איבער פארקויפן חמץ גמור איז געווען פארשידענע מנהגים. אין מנהגי קודש אינעם הגדה של פסח זרע קודש ברענגט ער אז די מנהג בית ראפשיץ איז געווען אז מ'האט יא פארקויפט חמץ גמור. און דער מנחת אלעזר אין שער יששכר (מאמר זמן חירותינו אות ל"ו) שרייבט א טעם אויף דעם, וז"ל: "ובזה חשבתי טעם אבותינו וזקינינו הקדושים בני איש אלקי מראפשיץ זי"ע שדקדקו שיהי' מה למכור בשטר מכירה לנכרי קודם הפסח [וכו'], ועל זה העצה למכור בשטר מכירה איזה דברים בשוויין (שיש בהם חשש חמץ עפ"י ש"ע כנ"ל)". עי' שם באריכות דבריו.
אין די מנהגים דארט ברענגט דער מו"ל מכמה מקורות, אז אזוי איז געווען די מנהג אין דזיקוב, ראזוודוב, סטיטשין, באבוב, אויך ברענגט ער פון הגדש"פ דברי חיים אז אין צאנז האט מען זיך אויך נישט מונע געווען פון פארקויפן חמץ גמור.
אינטערסאנט איז, אז ער ברענגט דארט אין הגדה א ארגניעלע שטר מכירת חמץ פון הרה"ק ר' אברהם משענדישוב זי"ע, און דארט ווערט אפילו נישט דערמאנט קיין מכירת כלים חמוצים, אזוי אויך נישט קיין חמץ גמור, בכלל איז דער לשון פונעם שטר מכירה זייער אינטערסאנט מיט כמה חידושים, ויש לעי' בהם טובא.
(אפשר וואלט טאקע געווען כדאי מיחד זיין אן אשכול פון שטרי מכירת חמץ פון גאונים וצדיקים מדורות הקודמים).
בכל אופן איז זיכער געווען מנהגים אזוי און אזוי, אבער בימינו איז זייער שווער צו זאגן אז מ'זאל למעשה טאקע פארקויפן חמץ גמור, כי רבה המכשלה, ויש לחשוש משום ספק דאורייתא משום בל יראה וב"י, נישט נאר ספד"ר מחמת חמץ שעבר עליו הפסח.
יידישע קהילות האט געשריבן:
מעגן מעג מען *אלעס* פארקויפן. אלא, די וועלכע האלטן אז די מכירה איז הערמה בעלמא, אדער האבן חששות אז עס ארבעט נישא ווייל א קאורט וואלט עס נישט אינפארסירט. זיי הייבן אן צו מאכן פשרות איש ככל הישר בעיניו יעשה, נאר ברויט נישט, נאר בראנפן יא (ווייל סאיז א הפסד מרובה), נאר ספיקות, אלס ספקד"ר לקולא. נאר תערובות חמץ. בקיצור, תוהו ובהו - אין קיין פוסק וועט איר נישט טרעפן די אלע חילוקים
דער תניא שרייבט יש טועים אז ס'איז א דרבנן ווייל מדאורייתא בביטול בעלמא סגי ורבנן הם דהצריכו בדיקה, אבער וויבאלד מ'וויל עס צוריק קונה זיין שפעטער קען מען נישט מבטל ומפקיר זיין. לדעתו יין שרף דינו כחמץ גמור ובהפסד מרובה מאוד כותב קולא כיון שאי אפשר לשתות בכדי שתיית פרס בלי שהייה בינתיים יש לסמוך אהני ראשונים שסברו שבכגון דא שאני. ורק אם נתן החמץ לקיוהא שאם ניתן לטעמא, הרי נותן טעם עיין בדבריו הקדושים.
שמעתי ס'דא א חילוק אויב רוצה בקיומו אדער מ'דארף די ווערט.. כגון ברונפן ביזטו גרייט אז מזאל דיר געבן די געלט אנשטאטס די ברוינפן.. משא"כ א י"ב חלה אדער שאור = sour dough וואס מען דארף צירוק די חפץ ממש איז דא וואס אסרן ופוק חזי מה עמא דבר