אומגלויבליך - ביבער הוט פרייז גייט שטענדיג ארויף - אין שיעור למעלה
עס וואלט זייער כדי געווען אויב די עלטערע ניקס קענען צוברענגן די השתלשלות וויאזוי מאיז אנגעקומען צו די איצטיגע פרייז
פאר 12יאר צוריק איז די פרייז געווען 120$ א היט און איז שפעטער ארויף ציביסלעך מיטן תירוץ אז די דולר פאלט אקעגען די יורו ( וואו כאילו די היטן קומען נישט פון טשיינע..)
למעשה איז ביז איצט די פרייז געווען $180 און איז ארויף בבת אחת מיט גאנצע $60 דולר
די אקט דארף פארשריגן ווערן דורך אלעמען און עס איז נישטא קיין סיבה בעולם אויף ארויפצוגיין מיט א פרייז אזוי סך אויפאמאל
עס איז וויכטיג צו לייגן א דאטום אויף די אשכול אזוי ווען בינגו העט האבן פאר $50 היטן און מהעט שרייען אז ער ברעכט די ״מארקעט״ זאל די עולם גוט געדענקן פון וואספארא יושר׳דיגע מארקעט מען רעדט דא
פארשטייט זיך אז אונזער היימישער עקספערטן אויף קולמע העלן שרייען supply by demand
איז אפשר געקומען די צייט ארויסצוגעבן א חסידישער מין cap וואס העט זיך פארקויפן פאר 2.99 און דאן העלן די סוחרים אז די demand האט זיך גענדיגט