Re: קרית יואל - דעוועלאפמענטס אין נייע אנעקסירטע שטחים
אבער זאל מען וויסן זיין אז וואוינען אינדרויסן קומט מיט זייער אסאך מעלות, און אויך זייער אסאך חסרונות. און די זעלבע צו וואוינען אין שטעטיל, קומט מיט אסאך חסרונות, און אזוי אויך מיט אסאך מעלות.
און אינדרויסן פון שטעטיל איז יעדע שכונה נישט דומה צו די אנדערע שכונה, איין שכונה איז נישט אזוי עקספענסיוו, און מען קען טאקע ענדיגן מיט די מאנאטליכע צאלונגען אזוי ווי מען קויפט א דירה אין שטעטיל, אבער פון די אנדערע זייט איז דירה אלט, און קליין און מען דארף אריינלייגן געלט. אדער קען עס יא זיין א שיינע דירה, אבער די געגענט איז נאך ווייט פון אידיש אהערגעשטעלט. ( העלף האלוי, דזשעפרעסאן, ווינטשעסטער, וכדו' )
יעצט נעם די אנדערע געגענטער ווי עס איז יא שיין צוגעשטעלט, שולן, שיינע פרישע הייזער, דארף מען רעכענען די מאנאטליכע צאלונגען זענען העכער ווי די פרייזן אין קרית יואל, און מען דארף זיין א בעל פרנסה דאס צו קענען עפפארדן ( וואודבוירי דזשאנקשען, סמיט פארם, וכדו' )
דאס איז די א' ב' וואס איז א חילוק צווישן אין שטעטיל און אינדרויסן, חוץ מזה איז דא נאך פילע מעלות וואס די שטעטיל האט וואס אינדרויסן פעלט דאס. און פארקערט איז אויך דא, פילע מעלות וואס דאס וואוינען אינדרויסן האט, משא"כ אין שטעטיל איז עס נישטא.
מילא דאס שרייען אז גיי ארויס וואוינען, זענען נישט גערעכט. ווייל ביי יעדעם רעדט עפעס אנדערשט. איינער לעבט מיט די מעלות וואס די שטעטיל האט, און איינער לעבט מיט די מעלות וואס די גלילות האט.
און אפילו שכונת ויואל משה, גייט זיין א שטאט פאר זיך, מיט גרויסע בתי מדרשים, מיט א גרויסע שאפינג צענטער דערנעבן, וואלקינג דיסטענס צום שטעטיל. קענסט דאס נישט צוגלייכן צו די גלילות. איין זאך יא, עס וועט לכאורה אויך אריינברענגן שטארק וואודבוירי דזשאנקשען אריין אין שטעטיל, א שטיקל בחינה וואס עצי תמרים האט געטון מיט סעווען ספרינגס
און לגבי בלומינג גראוו רעד איך נישט. ווייל אין מיינע אויגן איז עס שוין א געהעריגע שטאט, עס איז שוין נישט קיין גלילות. אפילו ממש יעצט דארפן נאך די איינוואוינער צוקומען צום שטעטיל. אבער עס איז באמת א שאלה פון צייט, וואס קרית יואל וועט דארפן צוקומען צו בלומינגגראוו אזוי ווי בלומינגגראוו דארף צוקומען צו קרית יואל ( נישט ממש, אבער ווער עס פארשטייט פארשטייט )