Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר
מנשה מאיר האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 6:45 pmאיך האב מיר נישט באצויגן צו די נקודה פון קול קורא'ס נאר אויף די אומדירעקטע מעסיזש איבער יומען העיר שייטלעך, וואס האט בכלל נישט אויסגעפעלט צו ווערן דערמאנט אפילו אויב מען וויל אראפרייסן קול קוראס מען קען זאגן סתם אז ער האט מיטגעהאלטן אויף א געוויסע נושא ווי מען האט געלייגט פרעשורקליינע גרויסער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 6:37 pmווייס איך נישט וואס דו ווילסט. איך האב שוין געענפערט אין אישי פאר עטליכע ווער דעי רב איז. די פאקט אז קול קורא'ס היינט זענען נישט ווערט די פאפיר אויף וואס זיי ווערן געדריקט איז ברייט באקאנט. אויב ווילסטו וויסן דעת תורה פרעג דיין רב אדער מורה דרך און טראסט נישט ווען דו זעסט בלויז זיין חתימה. פארשטייט זיך ווען א רב רעדט ברבים קענסטו אים געלייבן אז עס איז ער (מיט עי איי ווייס איך שוין ניט אויב אפילו ווען ער רעדט ברבים וועט מען עס קענען טראסטן בעתיד אס ס'איז טאקע ער...).מנשה מאיר האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 5:34 pmאון דאס אלעס הערט מען אויף קול מבשר?קליינע גרויסער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 5:06 pmאיך בין אמאל געווען מיט ר' ------- שליט''א דומ''ץ ------- בן כ''ק מרן אדמו''ר מ------ שליט''א (פון די גרעסטע קהילות בישראל) אין א קאר סערוויס, אינמיטן וועג האט ער אויפגעהויבן א פאון קאל און נאכן זיך טענה'ן מיט יענעם אהין און אהער האט ער זיך גענומען מאכן קולות 'לאמיך שוין אפ!' 'וויפיל איז די שיעור צו פייניגן א רב?' 'קענסט גיין צו מיין טאטע און אזוי לייגן פרעשור אויף מיר, אבער איך וועל בשו''א נישט חתמ'נן!'
נאכן אראפלייגן האט ער מיר ערקלערט אז דאס איז אן עסקן וועלעכע שטעלט צאם א קול קורא אז די יומען העיר שייטלעך איז עבודה זרה, און ער פייניגט שוין דעם דיין איבער א יאר צייט מיט כל מיני טעראר אז ער מוז אינטערשרייבן! און ר'----- זאגט מיר: איך ווייס נישט ווי לאנג איך גיי זיך נאך קענען האלטן שטארק קעגן דעי טעראר...
און דאס איז שוין א נושא וואס איז (דערווייל) נישט אינוואלווד קיין שום פאליטיק!
אין מיינע אויגן איז דאס גיפטיג, בשעת רוב רבנים זאגן קלאר אז דאס איז ע"ז קומט מען אנאנים, פון א רב, בלא בלא
אויב מיינט ער ווען נאר נקודה זאל ער נישט זאגן איבער וואס די נושא איז געווען נאר אז מען האט גערופן וועגן עפעס א נושא און געלייגט פרעשור.
דאס האט מען נישט געהערט אויף קול מבשר, ר' אליעזר האט בכלל נישט גערעדט פון קיין שייטלעך.
קודם פארפירט מען...... באלד וועסטו נאך לויפן צו רבנים מען זאל אסר'ן קול מבשר, ווייל זיי זענען מתיר יומען העיר שייטלען...