רעדער - Tires

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

השמש
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

בין איך אויפן וועג קיין בארא פארק צו א וואכט נאכט זונטאג ניין דרייסיג ביינאכט איך זעה ווי די לייט אויף פלאשינג עוו וויל זיך שוין טוישן צו רויט גיב איך א דרוק אויפ'ן געז פעדל אזוי איך זאל נישט דארפן ווארטן ביז עס ווערט נאכאמאל גרין, אין איך האב עס געמאכט איך פאר אַרויף אויפן רעמפ צי די בי קיא אי, איך הער א גרודער, איך פיל אז די אויטא ציט צו לינקס איך האב גלייך פארשטאנען אז איך האב געהיט איינע פין די פילע פאטהאלס אויף פלאשינג עוו איך צינד אן די העזערד לעמפלעך אין איך פאר אויפן הייוועי שטייטלעך, פארשטייט זיך אלע קארן אין די בעק פייפן אין מאכן מיט די לייטס אבער עס וועט זיי נישט קיין סאך העלפן מיין טייער איז צוריסן,
ענדליך שלענגלט זיך אראפ פונעם הייווע,י איך טריי צו אומקומען אויף קלעסאן עוו ווי עס איז דא א 24 שעה שאפ, איך פאר גאס נאך גאס אבער איך זעה אז מיין רעדל איז שוין אינגאנצן אינטען איך פאר שוין אויפן רים, א חוץ דעים וואס איך קען עס צוברעכן איז עס א סכנה, פין נישט קענען סטאפן
שטעל איך מיר אין די זייט איך איך רוף חברים ביז א צען פופצן מינוט קומט א יונגערמאן איינס צוויי דריי אראפ מיט די טייער און ער לייגט ארויף די ספיער טייער, שוין ברוך השם אין קען שוין פארן .איך זאג אים א גרויסע שכח
מארגען גיי איך אריין צום טייער שאפ זאגט ער מיר אז ער וויל מיר נישט זאגן אז איך דארף שוין יעצט האבן פיר נייע רעדלעך ווייל ער זעהט אויף מיר אין אויף מיין קאר, אז איך פארמאג נישט אזויפיל געלט, אבער צוויי מיז איך שוין יעצט טוישען אין צוויי זאל איך טוישן אין די קומענדיגע צוויי חדשים,
גערעכט איז ער דאסמאל מיינע רעדלעך דארפן שוין געטוישט ווערן ער האט יעצט א ספעציעלע פרייז 160 א רעדל אנשטאט 180
אבער דאס איז צופיל געלט פאר מיר
איז די שאלה עס איז דא וואל-מארט וואס פארקויפט רעדלעך פין 50 ביז צוויי הונדערט דאלער וועלכע טייער לוינט זיך צו קויפן ?
Good year
Cooper
continental
אדער וועלכע ??
We say Lechaim, and we’re so happy
And we serve Hashem with love,
We say Lechaim, and we’re so happy
And we do, we do, we do the Karahod
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

כהאב געהערט אז ערגעץ אין טאון אויף מאנרא איז דא א גוי וואס נאך 7:00 גיבט ער אלעס פאר 50% אראפ. ע"כ שמעתי.
אויב איינער ווייסטנ עפעס מער, זאל ער אריינקומען מיט דיטעילס און מהנה זיין דעם ציבור.
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

דו מיזט נישט ארויפלייגן ברענד ניו טייערס
Tyler's in spring valley
292 N main st
האב איך נישט לאנג צירוק געטשענדזט אלע מיינע טייערס
35 א טייער used אבער אין גיטע קאנדישען
dinrap
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

ווייס איך נישט קיין סאך דיטעילס איבער דיר און דיין קאר, אבער טאמער די פאהרטס נישט א סאך מיילידש, און ס'מוז נישט זיין די מערסטע קאמפארטעבעל רייד, קענסטו נעמען די ביליגסטע טייער פון וואלמארט אדער קאסטקא. ס'וועט מאכען די דזשאב זייער גוט. איין זאך, אויף די שטאטישע גאסען מיט די אלע לעכער, וואלט איך געמאכט זיכער צו נעמען א טייער וואס מ'קען באקומען דערויף א ראוד העזערד וואראנטי.
הצלחה
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1929
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

השמש האט געשריבן: בין איך אויפן וועג קיין בארא פארק צו א וואכט נאכט זונטאג ניין דרייסיג ביינאכט איך זעה ווי די לייט אויף פלאשינג עוו וויל זיך שוין טוישן צו רויט גיב איך א דרוק אויפ'ן געז פעדל אזוי איך זאל נישט דארפן ווארטן ביז עס ווערט נאכאמאל גרין, אין איך האב עס געמאכט איך פאר אַרויף אויפן רעמפ צי די בי קיא אי, איך הער א גרודער, איך פיל אז די אויטא ציט צו לינקס איך האב גלייך פארשטאנען אז איך האב געהיט איינע פין די פילע פאטהאלס אויף פלאשינג עוו איך צינד אן די העזערד לעמפלעך אין איך פאר אויפן הייוועי שטייטלעך, פארשטייט זיך אלע קארן אין די בעק פייפן אין מאכן מיט די לייטס אבער עס וועט זיי נישט קיין סאך העלפן מיין טייער איז צוריסן,
ענדליך שלענגלט זיך אראפ פונעם הייווע,י איך טריי צו אומקומען אויף קלעסאן עוו ווי עס איז דא א 24 שעה שאפ, איך פאר גאס נאך גאס אבער איך זעה אז מיין רעדל איז שוין אינגאנצן אינטען איך פאר שוין אויפן רים, א חוץ דעים וואס איך קען עס צוברעכן איז עס א סכנה, פין נישט קענען סטאפן
שטעל איך מיר אין די זייט איך איך רוף חברים ביז א צען פופצן מינוט קומט א יונגערמאן איינס צוויי דריי אראפ מיט די טייער און ער לייגט ארויף די ספיער טייער, שוין ברוך השם אין קען שוין פארן .איך זאג אים א גרויסע שכח
מארגען גיי איך אריין צום טייער שאפ זאגט ער מיר אז ער וויל מיר נישט זאגן אז איך דארף שוין יעצט האבן פיר נייע רעדלעך ווייל ער זעהט אויף מיר אין אויף מיין קאר, אז איך פארמאג נישט אזויפיל געלט, אבער צוויי מיז איך שוין יעצט טוישען אין צוויי זאל איך טוישן אין די קומענדיגע צוויי חדשים,
גערעכט איז ער דאסמאל מיינע רעדלעך דארפן שוין געטוישט ווערן ער האט יעצט א ספעציעלע פרייז 160 א רעדל אנשטאט 180
אבער דאס איז צופיל געלט פאר מיר
איז די שאלה עס איז דא וואל-מארט וואס פארקויפט רעדלעך פין 50 ביז צוויי הונדערט דאלער וועלכע טייער לוינט זיך צו קויפן ?
Good year
Cooper
continental
אדער וועלכע ??


Mavis discount is very cheap
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2855
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע:רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

קויף יוזעד טייערס פאר 40 דאלאר א שטיקל.. מאך נאר זיכער אז עס איז נישט זייער אפגעריבן..
Don’t steel, the government hates competition
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1929
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Quick Fix Mobile Tire Repair

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

איך האב עם גענוצט ער קומט אראפ צו מיין ארבעט און טוישט עס אויפן פלאץ, און איך שטיץ א היימישע איד 347-979-0021
השמש
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

ברוינע באנאנע האט געשריבן: איך האב עם גענוצט ער קומט אראפ צו מיין ארבעט און טוישט עס אויפן פלאץ, און איך שטיץ א היימישע איד 347-979-0021

וויפיל קאסט א טייער?
We say Lechaim, and we’re so happy
And we serve Hashem with love,
We say Lechaim, and we’re so happy
And we do, we do, we do the Karahod
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1929
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

השמש האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן: איך האב עם גענוצט ער קומט אראפ צו מיין ארבעט און טוישט עס אויפן פלאץ, און איך שטיץ א היימישע איד 347-979-0021

וויפיל קאסט א טייער?

יעדע קאר איז אנדערש
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ישוב הדעת האט געשריבן: קויף יוזעד טייערס פאר 40 דאלאר א שטיקל.. מאך נאר זיכער אז עס איז נישט זייער אפגעריבן..

https://www.consumerreports.org/cro/new ... /index.htm
RCtrlAltDel
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 20, 2019 7:24 am

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך RCtrlAltDel »

איינער קען רעקאמענדירן אן ארענטליכער און ביליגע טייער שאפ און ב"פ
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

כ'קען טראסטן די סייט מיט קויפן קאר רעדלעך?
https://www.ebay.com/str/prioritytire
ס'איז זייער ביליג,
אבער אפשר איז עס צו שוואכע סחורה?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:51 am
כ'קען טראסטן די סייט מיט קויפן קאר רעדלעך?
https://www.ebay.com/str/prioritytire
ס'איז זייער ביליג,
אבער אפשר איז עס צו שוואכע סחורה?
קענסט קויפן רעדער אין וואלמארט פאר אונטער $100 און זיי זענען גוטע קוואליטעט. וכן אני נוהג.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 6:25 am
טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:51 am
כ'קען טראסטן די סייט מיט קויפן קאר רעדלעך?
https://www.ebay.com/str/prioritytire
ס'איז זייער ביליג,
אבער אפשר איז עס צו שוואכע סחורה?
קענסט קויפן רעדער אין וואלמארט פאר אונטער $100 און זיי זענען גוטע קוואליטעט. וכן אני נוהג.
די רעדל וואס איך דארף קאסט דארט כמעט $300

ביי די א.ד. סייט $180
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אויפגעקומען מיט וועג צו שפארן א פאר דאללער ווען מען דארף טוישן די TPMS סענסאר. געווענליך נעמט די לאקאלער מעקעניק 150 א רעדל. איך בין געגאנגן צו אוטו זאן און געקויפט דארטן א גוטע נייע סענסאר פאר פופציג דאללער. געגאנגען אויף וואלמארט.קאם און געמאכט אן עפאוינטמענט פאר א טייער סערוויס פאר 28 דאללער און זיי האבן אינסטאלירט און ריפראגרעמט די נייע סענסאר. עס האט מיר געקאסט בערך 80$.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איינער ווייסט די נאמבער פון איינער וואס קומט ארפ צו טוישן טייערס און ב"פ?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
בנש”ק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2022 12:57 pm

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנש”ק »

ווי קען מען קויפן used tires ערגעץ נעבן קרית יואל?

איז עס רעקאמענדירט צו ניצן פאר א האלב יאר ביזן צוריקגעבן מיין ליעס?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: רעדער - Tires

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

בנש”ק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 3:59 pm

איז עס רעקאמענדירט צו ניצן פאר א האלב יאר ביזן צוריקגעבן מיין ליעס?
נישט קיין פראבלעם
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”