שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין
ליידער זענען דא זייער אסאך עלטערע בחורים און מיידלעך, וואס זוכן א שידוך, ווילן זייער שטארק טרעפן זייער באשערטע, ובתוכם די וואס ווערן שוין נישט אנגערופן, בחור אדער בתולה, נאר ענדערש גרוש, גרושה, אלמן אלמנה, חלק פון זיי האבן קינדער און חלק האבן נאך נישט קיין קינדער,
געווענליכע שדכנים האבן ליב צו נעמען א ליסט פון ישיבה און א ליסט פון מיידלעך פונעם זעלבן קרייז, פרובירן צוצופאסן, שפיצל מיט שפיצל, שייטל הוט מיט שייטל הוט, אפען מיט אפען, בענד מיט בענד וכדומה, מ'ארבעט אויף עטליכע, מ'באקומט א געפיהל ווער ס'וואלט געקענט באשטיין זיך צו משדך זיין מיט וועם, איינמאל געלונגט יא, 10 אנדערע געלונגט נישט,
אזויווי הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, האט ער וין זיינע וועגן וויאזוי שידוכים געשעהן, געווענדליך די שידוכים ווערן געפירט דורך די עלטערן וואס לעבן ב"ה מיט זייער באשערטע, און זארגן זיך זייער שטארק פאר המשכת הדורות טועהן זיי כל מה שביכלתם פאר די הצלחה פון די קינדער, איז אפילו א קינד ווערט שוין 18.5 אדער 19 איז נאך נישט עק וועלט, אפילו אז מ'רעדט נישט צו א שדכן ממש יעדע איינציגע וואך, גייט מען אהן מיטן טאג טעגליכע לעבן, 3 מאל א טאג ביים דאווענען איז מען מתפלל פארן עתיד פון די קינדער, ביז די באשעפער העלפט ב"ה, איינעם פריער און איינעם שפעטער,
דאס איז הני מילי ווען אלעס גייט כשורה, נארמאלע בחור, נארמאלע ישיבה, נארמאלע מיידל מיט א געסעטלטע דזשאב וכדומה,
וואס טוט זיך אבער ווען א בחור אדער א מיידל ווערט שוין 20-21, די חברים/חברטע'ס הייבן אהן צו האבן די ערשטע קינד, און זיי זיצן ליידער און ווארטן, עס גייט אריבער נאך א יאר, און די שדכנים ווילן שוין נישט טוהן, ווייל ווי זיי זאלן נאר פרובירן אנצוטראגן אזא בחור אדער מיידל, שטעלט זיך די שאלה,פארוואס איז ער עלטער געווארן, וואס טוט ער מיטן טאג,
אויב לערנט ער נאך אין ישיבה, איז די שאלה וויזוי מאכט ער דאס, אלעס איז מיט אים בסדר?, ארבעט ער איז עס ווידער א פראבלעם,
איבערהויפט ווען א מאן אדער א פרוי איז ליידער דורך מסכת גיטין ממש אין די ערשטע יארן נאך די חתונה אין די נידריגע 20'גער יארן אדער אפילו שפעטער, דארט איז ממש א קריזיס ליידער, בפרט פון די קוק ווינקל ביי די עזרת נשים, יעדע אינגערמאן וואס איז אים ליידער נישט געלונגען צו טרעפן זיין ריכטיגע אלץ בחור, ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אז ער איז א פראבלעם, זיי זענען אויף א פארגרעסערונג גלאז, ביים עולם, יעדע זאך ביי זיי, ווערט אויפגעבלאזן, יעדער זוכט ביי זיי פראבלעמען, (פארוואס דען האט ער זיך גע'גט) - ווער רעדט נאך אויב דער אינגערמאן האט נישט עספיעט צו טרעפן א געהעריגע דזשאב פאר עס האבן זיך אנגעהויבן די פראבלעמען ליידער, קיינער וויל שוין דעם אינגערמאן נישט הייערן, און אפילו די וואס האבן יא גוטע דזשאבס, איז זייער שווער אנצוגיין מיטן טאג טעגליכע לעבן אליינס אהן א עזר כנגדו,
ווי אויך בנוגע גרושות און עלטערע מיידלעך, עס איז זיי ביטער שווער ווען די חברטעס זענען ב"ה זוכה צו דינען אלץ "עקרת הבית" און זיי דארפן זיך ליידער אליינס א עצה געבן אין יעדן פרט פון לעבן און זיך אליינס ספראווען מיט פראבלעמען, אליינס מגדל זיין די קינדער,
די שווערסטע חלק פון אלעם איז:
אז ווען אזא איינער זוכט א שידוך, האט ער כמעט נישט קיין "שדכן" וועם אנצורופן, ווייל אזעלכע שידוכים גייען זייער זייער שווער, ביז א "גרושה" זאל וועלן אפילו קאנסידערן א געוויסע "גרוש" איז חדשים ארבעט, און קאסט פארן שדכן אסאך כוחות, און די וואס הייבן שוין יא אהן טוהן ווערן מיד, און הייבן כמעט נישט אויף קיין טעלאפאן אויף א גרוש אדער גרושה, נאר ווען זיי האבן עפעס א גוטע הצעה, אז נישט פיהלט דער שדכן נישט אפילו אז ער זאל אויפהייבן א טעלאפאן, זאגן אז ער האט יעצט נישט אדער אז ער וועט אי"ה פרובירן,
וואס די שדכנים כאפן אסאך מאל נישט, אז די באטרעפענדער וואס זוכט א שידוך, שלאפט נישט קיין נעכט, גיסט אסאך מאל טייכן טרערן אויף זיין ביטערן גורל ווען קיינער זעהט נישט, די גייען דורך יסורי איוב יעדן שבת ויו"ט,
און ווען א שדכן הייבט אים/איר נישט אויף קיין טעלאפן אדער איז דוחה בקש, פאר וואכן/חדשים און אסאך מאל יארן, פיהלט ער/זי, ווי נישט גענוג ער/זי גייט ליידער דורך דעם פראבלעם, האט ער/זי אויך נישט קיין אוזן קשבת, איינעם וואס זאל אים/איר טוהן א טובה, און אויסהערן און זאגן צו עס איז אים עפעס בייגעפאלן, האט ער/זי פרובירט עפעס, וואס איז נישט געגאנגען, אדער זיינע/אירע טעלאפאן קאלס זענען לבטלה,
צוליב דעם האבן מיר זיך אינטער גענומען, אז מיר זענען יא גרייט אויפצוהייבן א טעלאפאן/אדער צוריק רופן אדער ענטפערן אימעילס פאר אזעלכע, וואס זענען ליידער אין די ביטערע מצב,
און פרובירן עד כמה שידינו יד כהה מגעת, צופאסן די ריכטיגע זיווג אין די ריכטיגע צייט
איר קענט רופן:
ניו יארק 718-569-7510
א"י 03-374-1757
אימעיל:
[email protected]
אפילו מיר זאלן נאר גרינגער מאכן פאר איינעם זיינע מיטמאכענישן איז אויך כדי,
יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידינו וחפץ ה' בידינו יצליח