דיינע שטריכן האט מיר אמת'דיג בארירט...
שידוכים 21 and up האט געשריבן: אזויווי עס דרייען זיך דא אויף אייוועלט,
זייער אסאך וואס זענען שוין ב"ה העכער 21 און זוכן נאך אלץ ליידער זייער אבידה (אחת מצלעותיו)
ווילן מיר דערמאנען אז מיר האלטן יעצט אין די פרשיות פון די זיווגים פון די אבות הקדושים, ווען עס איז מסוגל זיך אויסצובעטן פאר א זיווג,
נעכטן (וירא) האט מען געליינט "הנה ילדה מלכה גם היא בנים לנחור אחיך", ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז יצחק אבינו איז נאך די עקידה נתבשר געווען שנולד בת זוגו
די וואך (חיי שרה) ליינט מען די פרשה פון די קנין פון שדה עפרון, פון ווי מ'לערנט ארויס די קנין כסף פון קידושין, קיחה קיחה משדה עפרון
דערנאך די פרשה פון די שידוך פון יצחק אבינו, אנגעהויבן די פסוק "וה' ברך את אברהם בכל" ווי חז"ל זאגן (רש"י ברענגט עס אראפ) בכל איז בגימטרי"א בן, וכיון שהי' לו בן הי' לו להשיאו אשה, דערנאך שטייט די גאנצע פרשה וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די זוכן און טרעפן די זיווג פון יצחק אבינו, און די פרשה ענדיגט זיך "ויצא יצחק לשוח בשדה לפנות ערב" וגו' און דערנאך די פסוק "ויביאה יצחק האהלה שרה אמו ויקח את רבקה ותהי לו לאשה ויאהביה וגו' "
קומענדיגע וואך (תולדות) סוף סדרה וועט מען אי"ה ליינען,
ויקרא יצחק אל יעקב ויברך אותו, ויצוהו ויאמר לו לא תיקח אשה מבנות כנען: קום לך פדנה ארם ביתה בתואל אבי אמיך ו"קח לך משם אשה"
א וואך שפעטער (ויצא) וועט מען אי"ה ליינען די שידוכים פון יעקב אבינו, "אעבדך שבע שנים ברחל בתך הקטנה" וגו' שפעטער "ויאמר יעקב אל לבן הבה את אשתי כי מלאו ימי"
צוויי וואכן שפעטער (וישב) די שידוכים פון די הייליגע שבטים - קודם די שידוך פון י-ה-ו-ד-ה ווי עס שטייט אין פסוק "וירא שם י-ה-ו-ד-ה בת איש כנעני ושמו שוע ויקחה ויבא אליה"
שפעטער (מקץ) די שידוך פון יוסף הצדיק "ויתן לו את אסנת בת פוטי פרע כהן אן לאשה"
קריאה מעורר הזמן, נישט פארגעסן זיך אויסצובעטן אין די ימים המסוגלים,
ההולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות אבות, החכם עיניו בראשו, לעולם יקדים אדם תפלה לצרה,
נוצט אויס די זמנים "ויצא יצחק לשוח בשדה לעת ערב"
לעת ערב לעת צאת השואבות, אין די וואכן ווען מ'ליינט די פסוקים, נוצט אויס די שמונה עשרה'ס פון מנחה, תפלה איז די גרעסטע השתדלות וואס מ'קען טוהן, בפרט בימינו אלה,
ודי
אפשר לייגסטו ארויף די ליסטע פון שדכנים וואס טוען פאר 21 און ארויף מיט זייער טעלעפאן נומער?
און לאז מיר וויסן וואו קען מען זען א ליסטע פון מיידלעך וואס זענען שוין אריבער זייער עקסעפטעבל שידוכים עלטער, איך ווייס נישט צו ס'איז צוואנציג איין אדער צוויי און צוואנציג.
יאך זוך ארויס צו העלפן פארא עלטערן בחור ביינונז אין שטיבל.
אויב דו קענסט נישט ענטפערן פובליק צוליב סייוועלכע סיבה איז אישי אויך אן אפציע