נעבעך זיי גייען יעדע פאר וואכן עס נאכאמאל מיזען ארויפברענגען צו פרובירן צו שטיפון אז דו רעפובלעקענס זענען שולדיג אין אלעם ווען וועלן זיי שוין איינזעהן אז די אמעריקאנע פאלק זענען נישט קיין נאראנים
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער... איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
מיט דעם וואס די גארלענד אין חוצפה רעזאלוציע איז אריבער אין די יורידישע און איבערזיכט קאמיטעען שטארקט זיך די דרוק אויף ספיקער דזשאנסאן עס ארויפצוברענגן אויפן פלאר פאר אן אפשטימונג
אפילו אויב די ביל ווערט ארויפגעברענגט און באשטעטיגט זענען די שאנסן צו טרעפן ראיסי לעבעדיג גרעסער ווי אז די יוסטיץ דעפארטמענט זאל אינפארסירן די רעזאלוציע און א רייע אנדערע אפציעס ווערן אצינד באהאנדלט צווישן רעפובליקאנער
די אפיציעלע אויסרייד אונטער וועלכע די יוסטיץ דעפארטמענט אנטזאגט זיך צוצושטעלן פאר קאנגרעס די אודיא רעקארדירונג פון די אינטערוויו וואס ספעשל קאונסעל ראבערט הור האט אפגעהאלטן מיט פרעזידענט ביידען איז די עקזעקוטיוו פריווילעגיע וועלכע די ווייסע הויז האט אויסגענוצט ביים בלאקירן דאס ארויסגעבן די רעקארדירונג
רעפובליקאנער פארפירן אז די קאנגרעס רעפובליקאנע לעגאלע קאונסעל איז ביי די מיינונג אז מיט דעם וואס פרעזידענט ביידען האט פרייוויליג אויפגעגעבן אויף יין רעכט צו בלאקירן די טראנסקריפט פון די אינטערוויו פון ווערן פובליצירט האט ער אויטאמאטיש פארלוירן די רעכט צו בלאקירן די אוידיא
די ארגומענט לויטעט אז די רעכט צו דערקלערן עקזעקוטיוו פריווילעגיעעקזיסטירט מיטן ציל צו ערלויבן פארן פרעזידענט פרייע באוועגונג צו קענען אנגיין מיט זיינע אקטיוויטעטן צו פירן דאס לאנד אן זיך דארפן זארגן אז יעדע ווארט וואס ער זאגט פריוואט וועט ווערן פארשפרייט
זאגן זיי אז וויבאלד די טראנסקריפט איז דאך בלויז א גענויע שריפטליכע איבערזעצונג פון די אודיא און די אאינטערוויו איז שוין סייווי אינדרויסן מיט זיין קלארע ערלויבעניש איז מער נישט געבליבן עפעס אין די אינהאלט פון די אודיא וואס באדראעט צו שעדיגן די פריוואטקייט פונעם פרעזידענט מער ווי ביז איצט און דעריבער קען ער עס נישט אפהאלטן
אין די טעג נאך די 2020 למספרם וואלן האבן טייל טראמפ שטיצער גענוצט אן איבערגעדרייטע אמעריקאנע פאן צו סימבאליזירן זייער שטעלונג אז די וואלן זענען געווען געפעלשט
אצינד איז ארויסגעקומען א בילד ווי אזוי אזא פאן פלאטערט אינדרויסן פון די היים פון סופרים קאורט ריכטער אליטא און עס האט געשאפן א שטורעם
ריכטער אליטא רעאגירט זאגנדיג אז ער איז נישט געווען פארמישט דערין און זיין פרוי האט עס געטון אין רעאקציע צו א שכן וועלכע האט ארויסגעשטעלט שענדליכע טשעפע מעסעדזשעס אויף אירע הויף שילדן
סענאטאר גרעהעם זאגט אז ריכטער אליטא האט געגרייזט
סענאטאר דזשאנסאן זאגט אז מען קען נישט באשולדיגן אליטא פאר די שריט פון זיין פרוי
די ביל איז א פארזוך אפצושלאגן די קריטיק אין ריכטונג פון רעפובליקאנער אין ליכט פון א סופרים קאורט אורטייל אין אלאבאמא וועלכע קען באדראען די וועלכע טוען אין דעם פעלד
פארלאפענע אפריל למספרם האבן קאנגרעסלייט דזשעראד מאשקאוויטש (ד) און לארי טשאוועז דערעמער (ר) געשאפן די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע סניקער קאקוס
מאשקאוויטש האט ערקלערט די וויכטיגקייט פון קאנגרעס מיטגלידער צו טראגן סניקערס ביים ארבעטן אויף קעפיטאל היל זאגנדיג אז דאס רעפרעזענטירט די נאסטאלגיע צו זיינע יוגנט יארן און שאפט א פארבינדונג מיט די קומענדיגע דורות און דאס ווערט שאפן א פארבינדונג צווישן קאנגרעס מיטלידער, זייער שטאב און באזוכער
ביי די לעצטע ווייסע הויז סאמיט איבער די חובות דאך זענען קאנגרעס ספיקער קעווין מעקארטי און מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס ביידע ערשינען אין ווייסן הויז טראגנדיג סניקערס און געוויסע האבן פארדאמט די מאנגל פון רעספעקט וואס דאס איז צום אוועל אפיס
די נייע קאקוס האט אבער אצינד ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט עס צו באגריסן און טוט שטארק פארטיידיגן די רעכט פון קאנגרעס פירער צו באזוכן די ווייסע הויז מיט סניקערס