רבי ישראל דוב בער גילערנטער זצ"ל אב"ד יאשיניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע - כ"ה סיון תרי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

מונאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:21 pm
"אחר נישואיו עב"ג הרבנית הצדיקת מרת לאה בת הרבני החסיד ר' יעקל מרימינוב זצ"ל"

חותנו של החוות דעת?
די חוות דעת איז געבוירען תק"ל, בערך 37 פאר די רביד הזהב, גלייב איך נישט אז זיי זענען געווען א איידעם ביי דעם זעלבען ר' יעקב.

אז מ'קוקט אין די פרענומעראנטען פון ספר אוצר הכבוד תקס"ח, טרעפט מען אין די שטאט רימנוב, דריי אידען מיטען נאמען ר' יעקב.
הרבני הנגיד מו' יעקב סיני
הקצין מו' יעקב אורנדר
הקצין מו' יעקב גימפריך

יעצט דארף מען זעהן ביי וועלכע איז די רביד הזהב געווען א איידעם.

סוף פון די הקדמה שטייט אזוי
לאה.PNG
לאה.PNG (51.61 KiB) געזען 228 מאל
אגב, נאך ער איז אוועק איז לאה ארויף קיין ארץ ישראל, אין זי ליגט דארט.

דא איז איר מצבה
מצבת לאה.jpg
מצבת לאה.jpg (65.68 KiB) געזען 207 מאל

אין עטרת מנחם, כאן ברענגט ער א מעשה וואס ער האט געהערט פונעם זוהן אב"ד יאשניצא, בשם דער פאטער, אז די רביד הזהב האט געהאט א שוואגער בשם 'ר' יצחק מאנעס'. און די זעלבע מעשה ווערט געברענגט אין אוצרות ר' יקותיאל זלמן, עמ' רמו, בשם 'גיסו של אביו ר' יצחק מאןמרימענוב'.

זעהט מען פון די מעשה אז די רביד הזהב האט געהאט א שוואגער וואס האט געהייסען ר' יצחק מאן, דער איז געווען א באקאנטער אין רימנוב, ער ווערט דערמאנט אין די פרענומעראנטען פון ספר אוצר הכבוד תקס"ח, "הנגיד מו' יצחק מן". אין רבי ר' הערש שרייבט אין א בריוו צום תורת חיים מקאסוב, וועגן אים, שרייבט ער אזוי "שאין לי שני בעירי כמוהו עוד".

אפשר ווייסט איינער ווי ער איז געווען א איידעם?

פון די בריוו זעהט אויס אז ר' יצחק מאן האט זיך געגרייט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, ווייסט מען ווי ער ליגט?
לעצט פארראכטן דורך באר רחובות אום מיטוואך מאי 10, 2023 7:34 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: רבי ישראל דוב בער גילערנטער זצ"ל אב"ד יאשיניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע - כ"ה סיון תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

דא איז דער בריוו פון רבי ר' הערש זצ"ל
רבי איצק מן.PNG
רבי איצק מן.PNG (260.79 KiB) געזען 209 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

באר רחובות האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:40 pm
מונאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:21 pm
"אחר נישואיו עב"ג הרבנית הצדיקת מרת לאה בת הרבני החסיד ר' יעקל מרימינוב זצ"ל"

חותנו של החוות דעת?
די חוות דעת איז געבוירען תק"ל, בערך 37 פאר די רביד הזהב, גלייב איך נישט אז זיי זענען געווען א איידעם ביי דעם זעלבען ר' יעקב.

אז מ'קוקט אין די פרענומעראנטען פון ספר אוצר הכבוד תקס"ח, טרעפט מען אין די שטאט רימנוב, דריי אידען מיטען נאמען ר' יעקב.
הרבני הנגיד מו' יעקב סיני
הקצין מו' יעקב אורנדר
הקצין מו' יעקב גימפריך

יעצט דארף מען זעהן ביי וועלכע איז די רביד הזהב געווען א איידעם.

סוף פון די הקדמה שטייט אזוי

לאה.PNG

אגב, נאך ער איז אוועק איז לאה ארויף קיין ארץ ישראל, אין זי ליגט דארט.

דא איז איר מצבה

מצבת לאה.jpg
דער חוו"ד איז דארט געוועהן א איידעם בזיווג שני או שלישי, קען עס יא שטימען
דא איז דא אביסל פרטים איבער ר' יעקיל

סטאפשעט אויף דער מציבה גייט לכאורה ארויף אויף איהר, נישט אויף איהר טאטע
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

באר רחובות האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:40 pm
מונאוויטש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 07, 2018 6:21 pm
"אחר נישואיו עב"ג הרבנית הצדיקת מרת לאה בת הרבני החסיד ר' יעקל מרימינוב זצ"ל"
אז מ'קוקט אין די פרענומעראנטען פון ספר אוצר הכבוד תקס"ח, טרעפט מען אין די שטאט רימנוב, דריי אידען מיטען נאמען ר' יעקב.
הרבני הנגיד מו' יעקב סיני
הקצין מו' יעקב אורנדר
הקצין מו' יעקב גימפריך

יעצט דארף מען זעהן ביי וועלכע איז די רביד הזהב געווען א איידעם.

סוף פון די הקדמה שטייט אזוי

לאה.PNG

אין עטרת מנחם, כאן ברענגט ער א מעשה וואס ער האט געהערט פונעם זוהן אב"ד יאשניצא, בשם דער פאטער, אז די רביד הזהב האט געהאט א שוואגער בשם 'ר' יצחק מאנעס'. און די זעלבע מעשה ווערט געברענגט אין אוצרות ר' יקותיאל זלמן, עמ' רמו, בשם 'גיסו של אביו ר' יצחק מאןמרימענוב'.

זעהט מען פון די מעשה אז די רביד הזהב האט געהאט א שוואגער וואס האט געהייסען ר' יצחק מאן, דער איז געווען א באקאנטער אין רימנוב, ער ווערט דערמאנט אין די פרענומעראנטען פון ספר אוצר הכבוד תקס"ח, "הנגיד מו' יצחק מן". אין רבי ר' הערש שרייבט אין א בריוו צום תורת חיים מקאסוב, וועגן אים, שרייבט ער אזוי "שאין לי שני בעירי כמוהו עוד".

אפשר ווייסט איינער ווי ער איז געווען א איידעם?
הרב באר רחובות האט געטראפען זייער שיינע זאכן, געוואלדיג.
אין 'רשימות לבוב' (וועגן רשימות לבוב זעה דא: viewtopic.php?p=4051813#p4051813 ) איז דא א רשימה משנת תקצ"ג, וואס רעכענט אויס די 3 טעכטער פון ר' יעקב סיני, 1) מרת רעלע אשת ר' יצחק מאן. 2) מרת לאה געלערנטער. 3) מרת איידל, או עטיל, ראבין, אשת ר' יעקב ראבין.
זעהט מען שוין וויאזוי ר' יצחק מאן (וואס אין בדומה לו ברימנאב!) איז געוועהן א שוואגער צו הגה"ק בעל רביד הזהב. אין לפי די קינדער פונעם רביד הזהב איז זייער שווער ר' יעקב סיני געוועהן א אדם חשוב מאוד, זיי שרייבן אויף איהם זצ"ל.
יעצט בלייבט איבער צו וויסן ווער איז געוועהן די דריטע שוואגער ר' יעקב ראבין?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1843
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

חמרא טבא האט געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 10:19 pm
ידיעות שונות האט געשריבן:
למעשה פעהלט נאך אינפארמאציע איבער משפחת הרביד הזהב וצאציו אחריו, איז לאמיר אנהייבן, און ווער ס'האט מוסיף צו זיין מדילי' אל ימנע מן הרבים.

בניו:
רבי משה גילערינטער זצ"ל (מו"ל ספר רביד הזהב)
רבי אברהם יוסף יעקב גילערינטער זצ"ל אבד"ק יאשיניצא
רבי נפתלי צבי זצ"ל מהארדענקא (נקרא ע"ש רביה"ק מראפשיץ)
רבי ישעי' יחיאל מיכל זצ"ל מסאניק
אין דער ספר דת משה וישראל וואס רבי יציב ברענגט צו שטייט אז דער רבי ישעי׳ יחיאל איז געווען רב אין נאוויטאניץ
מרת אידל בת הרב מו"ה ישעיה יחיאל ז"ל מנאוויטאניץ בת בנו של הרב הקדוש .... רביד הזהב ז"ל

P80900.jpg
P80900.jpg (329.61 KiB) געזען 46 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”