Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די זאגט אז עס וועלן נאך ווארשיינליך רינען אסאך טרערן אבער נאכן זיך אויסוויינען דארף מען אפווישן די טרערן און זיך צוזאמקלויבן און פארזעצן צו קעמפן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
די אסאסיאציע זוכט צו קלאגן די סטעיט פארן מוטיגן פירמעס אפצוהאקן פארבינדונג מיט די זיי און ריכטערין סאטאמאיאר פאר אן איינשטימיגע געריכט האט אצינד איבערגעדרייט די צווייטע קרייז געריכט אורטייל וואס האט געשטיצט די סטעיט
איך זעה אז @אלעקסיי דער דריטער איז צוריק דא מיט אונז ב’’ה, איז אפשר קען אים אויך בעטן אריינצוקומען מיט די פרטים. יישר כח למפרע
אפשר אויב די סחורה איז אנגעקומען נישט לעגאל איז עס אומנוצבאר פאר די קעיס....אלי' מקוה יוד האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 05, 2024 3:54 pmאין אחר מעשה בי"ד כלום, אויף אויסגעגאסענע מילעך וויינט מען נישט, פארווא סהאבן זיי נישט דאן אפעלירט צום העכסטן געריכט בשעת מעשה?
כמדומה אז די סופרים קאורט אי זנישט דאן אויף קיין לומדות נאר ווען ס'איז בא מעשה לידם וואס איז נאך יעצט נוגע
עני אפדעיט?ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 19, 2024 11:40 pmדי יונייטעד סטעיטס סופרים קאורט וועט מארגן 10 אזייגער אינדערפרי ארויסגעבן עטליכע פרישע פסקים אויף קעיסעס וואס עס ליגט ביי זיי אויפן טיש.
טראמפ'ס קעיס נישט היינט.טראפקעלע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:15 pmעני אפדעיט?ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 19, 2024 11:40 pmדי יונייטעד סטעיטס סופרים קאורט וועט מארגן 10 אזייגער אינדערפרי ארויסגעבן עטליכע פרישע פסקים אויף קעיסעס וואס עס ליגט ביי זיי אויפן טיש.
געריכט היינט ארויסגעגעבן פיר רולינגס.טראפקעלע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 20, 2024 1:15 pmעני אפדעיט?ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 19, 2024 11:40 pmדי יונייטעד סטעיטס סופרים קאורט וועט מארגן 10 אזייגער אינדערפרי ארויסגעבן עטליכע פרישע פסקים אויף קעיסעס וואס עס ליגט ביי זיי אויפן טיש.
העכסטע געריכט אורטיילט 8-1 צו לאזן די וואפן פארבאט פאר דאמעסטישע איבערפאלער בלייבן אין קראפט.הכל הבל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:07 amזעקי ראהימי איז געווען אונטערא פארבאט פון קויפן געווער נאכן איבערפאלן א נאנטע און זיין פארמישט אין 5 שיסערייען
די פיפטע קרייז געריכט האט אבער געאורטיילט אראפצונעמען די באגרעניצונג זאגנדיג אז די געזעץ צו פארבאטן פאר דאמעסטישע איבערפאלער די רעכט פון באזיצן געווער גייט אקעגן די צווייטע אמענדמענט און איז אומקאנסטיטוציאנאל
צוליב די יוריסדיקציע פון די פיפטע סירקוט איז די אורטייל פעליג פארטעקסאס, מיסיסיפי, און לואיזיאנא די רעגירונג האט פארלאנגט א סטעי פון די סופרים קאורט און מאנכע שפעקולירן אויב האנטער ביידען קען בענעפיטירן פון א סופרים קאורט אורטייל אין שטיצע פון ראהימי וועלכע וועט מעגליך אויך אדרעסירן זיין קעיס פון באזיצן געווער טראץ זיין צוגעבונדנקייט צו דראגס
געריכט וועט קומענדיגע טערמין אויסהערן פרישע ארגומענטן אין די לאנג פארצויגענע קעיס.הכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 03, 2021 10:29 amדי סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין די קעיס אפווארפנדיג די אורטייל פונעם די סי פאנעל און זיי פארארדנט עס נאכאמאל צו באהאנדלען אין ליכט וואס עס איז נישט אין איינקלאנג מיט א סופרים קאורט אורטייל ארויס היינט אינדערפרי אין א צווייטע ענליכע קעיסהכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג אקטאבער 13, 2020 9:34 amדינסטאג בראשית
ווען נאצי דייטשלאנד האט ווי אן אקטאפוס אויסגעשפרייט אירע פארצוקנדע לאפעס אויף אייראפעישע לענדער האט זיך אונגארן געטראפן גאנץ שנעל מיט די רייכע אויסוואל פון קעמפן א פארלוירענע קאמף אדער קאפיטולירן און מיטארבעטן מיט די דייטשן און האט אויסגעוועלט די צווייטע
אין באצוג צו אידן האט זיך עס אנגעהויבן שוין אין 1941 למספרם מיטן אוועקנעמען בירגערשאפט, ארויסשטעלן אידישע איינגעשטעלטע פון פובליק פאזיציעס און פארטרייבן אידן פון לאנד אדער זיי פירן צו ארבעטס/טויט לאגערן
אין 1943 למספרם האט די רויטע סאוויעטישע ארמיי דערלאנגט די דייטשן א טויט קלאפ ביי שרעקליכע שלאכטן אין סטאלינגראד וועלכע האט מער ווייניגער אוועקגעלייגט די דייטשע זעקסטע בריגאדע פארקירעוונדיג די קריג קיין מזרח ווען אויפן מערב פראנט האבן די אמעריקאנער און רוסן עטוואס צוויי יאר שפעטער -שוין נאך די נארמאנדי לאנדונג- זיך געטראפן אויף די דייטשע טעריטאריע ביים עלבא טייך און מיט דריי טאג שפעטער איז היטלער ימ"ש געווען טויט
גלייך נאך די רוסישע טריאומף אין סטאלינגראד האט אונגארן אנגעהויבן באגרייפן אז די קריג קען זייער מעגליך ענדליך נעמען א פארקערטע ריכטונג און זי קען זיך טרעפן אויף די שלעכטע זייט פון א זיגרייכע אמעריקאנע און רוסישע אליאנץ און האט זיך שוין דאן פארבונדן מיט די אליאירטע לענדער אין א פרואוו אויסצוהאמערן א פרידן פאקט מיט אמעריקא, ענגלאד און נאך עטליכע לענדער
אום מערץ 1944 למספרם האבן די דיייטשע טרופן אין א געיעג צו פארמיידן אונגארישע קאפיטולאציע צו די מערב אליאירטע אריינגעשטורעמט אין אונגארן און זיכער געמאכט אז די פארלאמענט ווארפט אראפ די רעגירונג און איינגעשטעלט א נייע פאנאטישע אנטיסעמיטישע רעגירונג און פרעמיער מיניסטער
די נייע רעגירונג האט פולשטענדינג קאלאבארירט מיט די נאצישע באפעלן און איינגעשטעלט א פאליסי פון טאטאלע אידישע פארניכטונג אויף א בליץ שנעלן טעמפא וועלכע מען האט נישט געזעהן בעפאר ווען אין א דריי מאנאטן אפשניט זענען נאנט צו א האלב מיליאן אידן פארטיליגט געווארן ר"ל
פערצן אידישע אונגארישע קריגס איבערלעבער אריינגערעכנט פיר וועלכע האבן עמיגרירט קיין אמעריקא און באקומען בירגערשאפט האבן געפיילט א לאוסוט אקעגן אונגארן פארלאנגענדיג פארגיטיגונג פאר זייערע צוגערויבטע היימען און אייגנטום
די פיר אמעריקאנער זענען ראזאליע סימאן, שארלאט ווייס, ראוז מילער און עלא פייערשטיין
נאך צוויי זענען העלען הערמאן און העלענא וואקסבערג פון קאנאדא און איזראעליס צבי זעליקאוויטש (ע"ה וועלכע איז אוועק אינמיטן די קעיס און זיינע דריי קינדער האבן איבערגענומען זיין ראלע אין די קלאגע) , מאגדא קאפאלאוויטש, גאלדא פרידמאן, יצחק פרעשבורגער, אלכסנדר ספייסער, טיבי ראם און משה פערל און פון אוסטראליע קלאגט ווערא דייטש
די שטיינדל וואס האט אבער גראד פון אנהויב געשטרויכלט די קלאגע איז א געזעץ וועלכע קאנגרעס האטבאשטעטיגט אין 1976 למספרם גערופן די אויסערן זעלבסטשטענדיגקייט באשיצונג אקט מיטן אקראנים FSIA וועלכע שרייבט אז מען קען נישט ברענגן ציווילע קלאגעס אקעגן אויסלענדישע רעגירונגען אין אמעריקאנע געריכטן אויסער אין געוויסע פעלער
די ציהל פון די געזעץ איז צו באשוצן אינטערנאציאנאלע באציאונגען צווישן אמעריקא און אנדערע לענדער מיטן שענקן יוריסדיקציע פאר די באטרעפנדע לענדער איבער קלאגעס געברענגט אקעגן זיי
איינע פון די אויסנאמען אונטער וועלכע קאנגרעס האט יא צוגעטיילט יוריסדיקציע צו אמעריקאנע געריכטן איז באקלאגענישן אז א פראפערטי איז גערויבט געווארן אין אומשטענדן פארבאטן דורך די אינטערנאציאנאלע געזעץ אויב די פארכאפונג איז געווארן דורכגעפירט דורך אן אויסלענדישע רעגירונג אדער אגענטור וועלכע איז פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן
די קלאגעס פון די קריגס איבערלעבער איז געווען אקעגן די אונגארישע רעגירונג און די ארגינעלע רעילראוד סיסטעם וועלכע האט אין יענע צייט באלאנגט פאר די אונגארישע רעגירונג און דורך יענע קארגא באנען האט מען פארשיקט די אידן אוועק פון זייערע היימען
די רעילראוד סיסטעם איז היינט ערזעצט דורך אן עסטרייכישע פירמע און די דיסטריקט קאורט האט די ערשטע זאך נאכגעגעבן די פארלאנג פון די אמעריקאנע רעגירונג אז די עסטרייכישע פירמע זאל נישט קענען ווערן געקלאגט זינט די פירמע איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין די פארברעכנס און אז עס וועט שטערן באציאונגען צווישן אמעריקא און עסטרייך וועלכע האבן אויסגעהאמערט אן אפמאך אונטער וועלכע עסטרייך פארגיטיגט קריג איבערלעבער וועלכע זי האט פאראומגליקליכט
דערנאך האט די דיסטריקט געריכט אויך באפרייט אונגארן און איר ארגינעלן טראנזיט סיסטעם פון קלאגעס אין אמעריקאנע געריכט באזירט אויף א 1947 למספרם האנדלס אפמאך צווישן אמעריקא און אונגארן
יענע אפמאך איז געקומען נישט לאנג נאכן ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג און אונגארן האט זיך פארפליכטעט צו א מעכאניזם געשאפן צו פארגיטיגן איבערלעבער
די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז אויב זאל זי זיך רעזערווירן יוריסדיקציע איבער אזלעכע קלאגעס וועט עס גיין אין קאנפליקט מיט די אינטערעסן און האנדלס אפמאכן צווישן אמעריקא און אונגארן
א פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט אבער צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז אין יענע האנדלס אפמאך האט זיך אונגארן פארפליכטעט אז פון איר זייט וועט זי גיבן די מינימום פארגיטיגונג ווען איבערלעבער ברענגן קלאגעס אין אירע געריכטן אבער אמעריקא האט זיך נישט פארפליכטעט אז קלעגער זאלן זיין געבונדן אויסשליסליך צו די איינע מעגליכקייט און דעריבער איז די טיהר פאר קלעגער געבליבן אפן צו קענען קלאגן דורך אנדערע לעגאלע שטראזן ווי צום ביישפיל די אמעריקאנע יורידישע סיסטעם
די פאנעל האט אנגעצייגט אז די FSIA אויסנאם פון פעלער פון פראפערטי פארכאפונג איז קלאר גילטיג אין דעם פאל זינט די אונגארישע טראנזיט סיסטעם האט דעפארטירט די אידן אקעגן די אינטערנאציאנאלע געזעץ און אז די טראנזיט סיסטעם איז געווען פארמישט אין קאמערציאלע אקטיוויטעטן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן מיטן אויפהאלטן א ביורא צו פארקויפן טיקעטעס און באשטעלן רעזערוואציעס און ענליכע ביזנעס
באזונדער האט אונגארן רעקלאמירט אין די אמעריקאנע האנדל מערקעט אירע ביזנעסער, און געשטופט אמעריקאנע טוריסטן צו באזוכן אונגארן און געזוכט אמעריקאנע הלוואות ועוד וואס די אלע אקטיוויטעטן זענען גענוג צו פאלן אונטער די FSIA געזעץ אלץ א לאנד וועלכע מען קען קלאגן אין אמעריקאנע געריכטן
אונגארן האט געהאט גע'טענה'ט אז אפילו אויב די קלעגער קענען זיך באנוצן מיט די FSIA אויסנאם איז עס בלויז נאכן פרובירן צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן
אונגארן צייט אן אויף א ברייט אנגענומענע א דאקטרינע וועלכע שטעלט אוועק א סטאנדארט אר קלעגער צו פרובירן צו ערשט צו קלאגן אין די לענדער אין וועלכע די פארברעכן איז אנגעבליך דורכגעפירט געווארן און אויב מען פאלט אדורך אין יענע געריכטן זיך דאן פרובירן צו ווענדן צו געריכטן אין אנדערע לענדער אויסער אין פאל וואס עס איז זייער קלאר אז קלאגעס אין די געריכטן אין לענדער וואו די פארברעכן איז אנגעבליך באגאנגען געווארן פארמאגן קיינע שאנסן פאר סוקסעס און איז א שאד די צייט
אונגארן האט ארויסגעהויבן די פאקט אז די איבערלעבער האבן ניטאמאל פרובירט צו קלאגן אין די אונגארישע געריכטן און די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די ארגומענט אבער די קרייז געריכט האט סימפאטאזירט מיט די קלעגער וועלכע האט פארפירט אז אנטיסעמיטיזם אין אונגארן איז שטארק געשטיגן און אז מען קען נישט האבן קיין צוטרוי אין די אונגאריש יורידישע סיסטעם
די קרייז געריכט ברענגט אויך ארויס אז די געווענליכע פרעצעדענט וועלכע שיקט קלעגער צו מער לאקאלע און באגרעניצטע געריכטן (צום ביישפיל סטעיט ארעסטאנטן וועלן געווענליך ברויכן קלאגן צו ערשט אין סטעיט געריכט און נאכן דורכפאלן האבן די אפציע צו גיין פעדעראל) איז אוועקגעשטעלט אז געריכטן וועלכע זענען דעזיגנירט ספעציפיש צו דעקן די געגנט און באקלאגענישן פון קלעגער זאלן צו ערשט באטראכטן די קלאגעס און אויב מען קומט נישט צו א שליכטונג זאל מען גיין צו שטאפל צוויי און אזוי ווייטער און ווייטער ביזן סופרים קאורט וועלכע איז די לעצטע אויסוואל
די דאקטרינע ווערט גענוצט ווי פריער געשריבן אין פעלער פון פארברעכן אין אנדערע לענדער איז פארשטענדליך אז מען שיקט קלעגער צו די באטרעפנדע לענדער וועלכע זענען בעסער אויסגעקאכט און באקאנט מיט די קלאגעס
ערקלערט די געריכט אז די סיסטעם נעמט אלץ אריין א באדינגונג אונטער וועלכע די ערשטע שטאפל געריכטן זענען פארפליכטעט אז זייער אורטייל זאל קענען ווערן אפעלירט און העכערע שטאפל געריכטן דורך די אומצופרידענע זייט
אבער אין אונזער פאל איז די אונגארישע געזעץ נישט גרייט געווען צו גאראנטירן אז אין פאל וואס די קלעגער פאלן דורך אין די אונגארישע געריכט וועט אונגארן איינגיין צו ווערן געקלאגט אין אמעריקא
אויסער דעם שרייבט די קרייז געריכט אז די קעיס ציהט זיך שוין גאר לאנג און ערלויבן אונגארן צו פארכאפן די קעיס און עס אויסציען ביז צום מאקסימום קען רעזולטאטירן אז ווען די עלטערע לייט וועלן פארלירן זייער קעיס אין די אונגארישע געריכטן וועט שוין זיין צי שפעט אז זיי זאלן נאך קענען צוריקקומען צו די אמעריקאנע געריכטן
באזנודער האט די קרייז געריכט אוועקגעמאכט א דאקטרינע באנוצט דורך די דיסטריקט געריכט לויז צו ווערן פון די קעיס גערופן
"פארום נישט צוגעפאסט" וועלכע ערלויבט געריכטן זיך אפצושאקלען פון קלאגע דורך צושיקן די קעיסעס צו אנדערע געריכטן אויב זיי קענען אנצייגן אז באזירט אויף די אומשטענדן איז די אנדערע געריכט מער צוגעפאסט צו באהאנדלען די ספעציפישע קעיס
די דיסטריקט געריכט האט פרובירט צו זאגן אז אונגארן איז בעסער אויסגעשטעלט צו באהאנדלען א קעיס וועלכע איז געווארן דורכגעפירט אויף איר טעריטאריע און עדות און באווייזן זענען פיזיש נענטער צו די אונגארישע געריכט הייזער וועלכע מאכט פראקטישער דורכצופירן דארט די פראצעס
אויך האט די דיסטריקט געריכט ארויסגעברענגט אז אויב זאל די געריכט פארקומען אין אמעריקא וועט מען זיך מוטשען צו באקומען צוטריט צו א גרויסע צאל רעלעוואנטע דאקומענטן וועלכע קענען זיין פארבונדן צו די קעיס און עקסטער וועט מען זיי ברויכן איבערטייטשן אויף ענגליש זינט זיי זענען דאקומענטירט אין אונגאריש
די קרייז געריכט האט אפגעפרעגט ביידע טענות זאגנדיג אז די קלעגער האבן שוין באוויזן צו זאמלען די נויטיגע דאקומענטאציעס פון די אמעריקאנע האלאקאוסט מעמאריעל מוזעאם און אז טראנזילאציע וועט סייווי אויספעלן אויך אין אן אונגארישע געריכט זינט מיינסטנס קלעגער רעדן ענגליש
די דיסטריקט געריכט האט נישט אקצעפטירט די טענה אז עס איז יא באקוועמער פראקטישער פאר די קלעגער צו קלאגן אין אמעריקא זינט עס איז זיי לייכטער צו ערשיינען אין א לאקאלע געריכט ווי איידער רייזן קיין אונגארן
די געריכט האט געשריבן אז בלויז פיר פון די קלעגער זענען אמעריקאנער און די אנדערע וועלן סייווי רייזן דעריבער איז נישט די רייזע פאקטאר אזא ערנסטע זאך ווען מען באטראכט וואו עס איז די מערסטע פאסיג צו באהאנדלען די קעיס
די קרייז געריכט האט עס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז 4 קלעגער איז א צוויי דריטל און מען קען עס נישט אזוי לייכט אוועקמאכן און באוזנדער זענען דא פון די אנדערע אויסלענדער אויך אזלעכע וועלכע עס איז זיי לייכטער צו רייזן קיין אמעריקא ווי קיין אונגארן פון א געאגראפישן שטאנדפונקט און אז אונגארן וויל שלעפן די קלעגער צו זיך ארויס פונעם אמעריקאנעם געריכט דארפן זיי איבערצייגן אז עס איז לייכטער פאר אלע אהינצוגיין און טראץ וואס די אנגעקלאגטע אין דעם פאל (אונגארן) איז לאקירט אין אונגארן געפונען זיך אלע קלעגער אינדרויסן פון אונגארן און מען קען נישט אהינשלעפן אזויפיל עלטערע מענטשן צו אזא ווייטע לאנד און פון אן עמאציאנאלע פערספעקטיוו צו א לאנד וועלכע האט טראנספערירט זייערע באליבסטע צום טויט און גערויבט זייער האב און גוטס
די סירקוט קאורט האט אפגעווארפן די באהויפטונג פון די דיסטריקט קאורט אז עס איז אויף די פלייצעס פון די קלעגער צו איבערצייגן פארוואס אן אמעריקאנע געריכט איז מער פאסיג
די סירקוט ריכטער שרייבן אז לויט די געזעץ איז עס קאפויער און אונגארן ברויך איבערצייגן פארוואס זייער געריכט וואלט געווען מער פאסיג און ווי געשריבן האלטן די ריכטער אז זיי האבן זאנס נישט איבערצייגט
אין א לעצט מינוטיגע פרואוו האט אונגארן אויפגעברענגט ערשט אינעם סירקוט קאורט א נייע ארגומענט, נעמליך, אז די קלעגער פארטרעטן נישט בלויז זיך נאר א ברייטערע קלאס פון פאטענציאלע קלעגער "וועלכע וואוינען נאך ביז היינט אין אונגארן"
אנצייגנדיג איבער א קעיס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פעדעראלע געריכט אין פלארידא וואו אידישע קריגס איבערלעבער קלאגן אין נאמען פון אלע באראבעוועטע וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון די באקאנטע גאלד און צירונג רויב (ווען אמעריקאנער האבן פארכאפט א באן פון די דייטשן וועלכע האט געפירט א ריזן זאפאס פון גאלד און צירונג סארטירט אין קלאר אנגעצייכנטע שאכטלען אנטהאלטנדיג גאלד און צירונגען גערויבט פון אידן בבחינת הרצחת וגם ירשת און די מיליטער האט עס אנגעבליך פארקויפט און די קלעגער קלאגן די אמעריקאנע רעגירונג איבער דעם) און אונגארן האט געזוכט ארויסצוברענגן אז מען דארף נעמען אין באטראכט אז אויך דא טוען מעגליך די קלעגער אפעקטירן מערערע פארטריבענע פון זייערע היימען און יענע א גרויס טייל פון די אפעקטירטע וואוינען נאך אין אונגארן אבער די קרייז געריכט האט געזאגט אז אונגארן האט נישט געמאכט דעם ארגומענט אין דיסטריקט געריכט און עס איז צי שפעט
באזונדער זאגן זיי אז מען קען נישט נוצן די פלארידא קעיס אלץ באווייז ווייל אין די איצטיגע קעיס קלאגן נישט די קלעגער פאר קיינעם אויסער זיי
די דריי ריכטער פאנעל אויפן די סי סירקוט קאורט האט ארויסגעגעבן ארי 2-1 אורטייל אין שטיצע פון די קלעגער און איז באשטאנען פון:
ריכטערין מילעט
(זי איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא צום זיץ וועלכע סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס פלעגט האלטן און שפעטער באטראכט געווארן צו ערזעצן סופרים קאורט ריכטער סקאליא אבער עווענטועל האט אבאמא אויסגעקליבן ריכטער מעריק גארלענד וועמענ'ס נאמינאציע איז געגאנגען אין ערגעץ)
ריכטערין פילארד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
און ריכטער קאטסאס (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) וועלכע האט געשריבן א קעגן אורטייל אין שטיצע פון אונגארן
די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס און באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף דעצעמבער 7 למספרם
יע יע רעפאבליקאנע געריכט