נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2948
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
מען גייט זיך ארומשלאגן אין די נידריגע געריכטן וואס עס הייסט א אפיציעלע אקט און וואס נישט
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
- Without a name
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 2:30 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
וועלעכע קעיס ווערט אפעקטירט?American Dream האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 01, 2024 10:35 am
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2747
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
וועלעכע חלק בלייבט? איי מיען ער קען זאגן אז אלעס איז אפעציעלע פאצעדור.American Dream האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 01, 2024 10:35 am
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2747
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
זיי רעדן דירעקט פון די Jan. 6 קעיס.
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
- American Dream
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7691
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
נישט דא קיין יונאר 6 קעיס אויף טראמפ
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
- American Dream
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7691
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
דעס דארף די נידריגע געריכט אפמאכן
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2747
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
וואס הייסט?
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2948
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
נישט ריכטיג
עס גייט צוריק צו די דיסטריקט קאורט צו אפמאכן וואס הייסט אן אפיציעלע אקט
די קעיס גייט ווייטער
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
נאך פונדערהיים האט רעכט, די פראגע אויב די טראמפ שריט ווערן פאררעכנט אפיציעל ווערט צוריקגעשיקט צו די אונטערשטע געריכט עס צו באהאנדלען
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
ריכטערין סאטאמאיאר שרייבט פאר די מינאריטעט:
די אורטייל מאכט דאס גענאר פון די פרינציפאלע פונדאמענט פון אונזער קאנסטיטוציע און סיסטעם פון רעגירונג וואס לויטעט אז קיינער איז נישט העכער די געזעץ
די אורטייל מאכט דאס גענאר פון די פרינציפאלע פונדאמענט פון אונזער קאנסטיטוציע און סיסטעם פון רעגירונג וואס לויטעט אז קיינער איז נישט העכער די געזעץ
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
א קעיס כדי צי קענען אנקלאגען א מענטש מיז זײן א אינטענט עובר צי זײן אױפען געזעץ סא אױב ס׳איז די אפ׳ א קלײנע צד אז טראמפס אינטענט איז געװען אז ער האט געהאלטען אז ס׳גײט ארײן אין פרעזידענטליכע ארבעט קען מען אים לכאורה נישט פראסיקיוטען אױף דעיםנאך פונדערהיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 01, 2024 10:41 amנישט ריכטיג
עס גייט צוריק צו די דיסטריקט קאורט צו אפמאכן וואס הייסט אן אפיציעלע אקט
די קעיס גייט ווייטער
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
- American Dream
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7691
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבןנאך פונדערהיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 01, 2024 10:41 amנישט ריכטיג
עס גייט צוריק צו די דיסטריקט קאורט צו אפמאכן וואס הייסט אן אפיציעלע אקט
די קעיס גייט ווייטער
וואס איך זאג איז אז די קעיס פון די ערשטע פלאץ האט נישט מיט יאנואר 6 צוטון
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2747
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
דאס גייט אויך אפעקטירן די דזשארדזשיע קעיס!
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
- American Dream
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7691
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
יא
די דזשארדזשיע קעיס איז סייווי אויף האלד
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
- שכולו טוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2747
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
- לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
איך זאג.
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די IOWA סופרים קארט האט פרייטאג געאורטיילט אז א סטעיט פארבאט אויף רציחה פון 6 וואכן איז יא אויסגעהאלטן איבערקומענדיג א בלאקאדע ארויפגעלייגט דורך אן אונטערשטע געריכט.
עס איז צום ערווארטן אז אקטיוויסטן וועלן קעמפן דערקעגן אין געריכט.

מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...

- להגדיל שמו
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3544
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
- לאקאציע:אין פלאץ
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
איז אזא שארפע מינאריטעט פסק די נארם, אדער דאס איז אויסערגעווענדליך שארף?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די סופרים קאורט האט איצט אקצעפטירט אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קעיס אויב עס איז געווען אויסגעהאלן פאר די עף די עי צו בלאקירן א באשטעטיגונג פאר פלעיווארד עלעקטאראנישע ציגארעטן
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די סופרים קאורט האט איצט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס איבער א טעקסאס געזעץ וועלכע פארלאנגט פון שמוציגע וועבזייטלעך צו פעסטשטעלן די יארגאנג פון באזוכער
פאר מער זעהט דא
viewtopic.php?p=5210152#p5210152
פאר מער זעהט דא
viewtopic.php?p=5210152#p5210152
- קודם טראכט
- שר חמש מאות
- תגובות: 796
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
מען זעהט עס אסאך אויך פון עליטאלהגדיל שמו האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 01, 2024 1:19 pmאיז אזא שארפע מינאריטעט פסק די נארם, אדער דאס איז אויסערגעווענדליך שארף?
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected]
מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6865
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע:נישט בשכנותנו
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
און ווידעראמאל...אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:43 pmגעריכט אנטזאגט זיך ווידעראמאל צו בלאקירן די פארבאט.הכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 17, 2023 11:06 amדי סופרים קאורט האט זיך איצט אנטזאגט אויפצונעמען אן עמורדזשענסי אפעלאט אקעגן אפארבאט פון אילינאי אויף סעמי אויטאמאטישע ביקסן
די קלעגער האבן געוואלט אז מען זאל איינפרירן די פארבאט אין די צייט וואס די קעיס ווערט אויסגעהערט אבער קיינער פון די ריכטער זענען נישט ארויסגעקומען אפיציעל אין שטיצע פון אזא איינפריר
די קלעגער האבן געהאט אריינגעגעהן א פרישע אפעלאט ביטע ביים העכסטן געריכט, די געריכט האט דאס היינט אפגעווארפן.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6865
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע:נישט בשכנותנו
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
העכסטע געריכט ווארפט אפ א קלאגע צו דערקלערן די פעדעראלע OSHA אגענטור אלס אומקאנסטיטוציאנאל.
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot 2024-07-02 231835.png (153.2 KiB) געזען 723 מאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
די ליבעראלע מאיאריטעט אויפן וויסקאנסין סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די בעלאט שאכטל פאליסי וועלכע רעפובליקאנער האבן געזוכט צו באגרעניצן
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
קאנגרעס האט באשטעטיגט א געזעץ וועלכע האלט א מלוה פאראנטווארטליך צו באצאהלן די שאדנס פאר א לוה אויב האט די מלוה פרעזענטירט פאלשע אינפארמאציע איבער די בארגן היסטאריע פונעם לוה
די פראגע וואס מיר וועלן היינט באהאנדלען איז אויב ווען די רעגירונג איז די מלוה קענען זיי זיך ארויסדרייען פון אזא פאראנטווארטליכקייט
א מאן מיטן נאמען קירץ האט געהאט ארויסגענומען אן הלואה ביי פענסילוועניע ערציאונג אגענטור און א באזונדערע ביי די אגריקולטור דעפארטמענט און זיי אפגעצאהלט אין צייט אבער טראץ וואס ער האט געהאט א זערא באלאנס האבן זיי ביידע באריכטעט צו טרענס יוניאן אז ער האלט אן אומבאצאהלטע באלאנס פאר מער פון 120 טעג און זיין קרעדיט סקאור איז אין רעזולטאט אראפגעגאנגען
קירץ האט געשיקט א בריוו צו טרענס יוניאן אפצושלאגן די אומריכטיגע אינפארמאציע און זיי האבן געשיקט א נאטיץ דערוועגן צו די די צוויי אגענטורן וועלכע האבן גארנישט געטוהן עס צו פארריכטן
קירץ האט דאן געקלאגט די 2 דעפארטמענטס און די אגריקולטור דעפארטמענט האט פארלאנגט אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס צוליב וואס די רעגירונג איז באשוצט מיט זעלבסטשטענדיגקייט באשיצונג און די דיסטריקט ריכטער האט איינגעשטימט
קירץ האט אפעלירט די באשלוס צום דריטן קרייז געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן די אורטייל און געשריבן אז סעקשאן 1681 פון די געזעץ שרייבט אז יעדע "פערזאן" וועלכע טוט פאלש באריכטן איבער די בארגן היסטאריע פון א לוה, אפגעזעהן אויב עס איז בייזוויליג אדער צוליב פארנאכלעסיגונג דארף ווערן געהאטלן פאראנטווארטליך
די דריטע סירקוט קאורט האט מיט דעם גענומען די זעלבע שטעלונג פון די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן וועכע האבן געשריבן אז די ווארט "פערזאן" שליסט אויך איין די רעגירונג און סיי וועלכע אגענטור אונטער זיי און מיט דעם האט קאנגרעס קלארגעשטעלט אז ווען עס קומט צו די געזעץ נעמען זיי אוועק די אלגעמיינע באשיצונג וואס די רעגירונג האט אקעגן אנדערע סארט קלאגעס
די רעגירונג האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצצעפטירט און אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין וועלכע קירץ האט גע'טענה'ט אז די געזעץ באציהט זיך צו סיי וועלכע פערזאן און אין די פירוש אויף די געזעץ האט קאנגרעס געשריבן אז פערזאן מיינט יעדע פערזאן און אז דאס רעכנט אריין סיי וועלכע רעגירונג אגענטור
די רעגירונג פארלאנגט אבער אז מען זאל זיך נישט רעכענען מיט די פירוש וואס קאנגרעס האט גענוצט פאר די ווארט פערזאן ווייל לויט זיי פארלאנגט זי איז די אלגעמיינע באשיצונג אקעגן קלאגן די רעגירונג אזוי שטארק אז קאנגרעס דארף קלאר ארויסשרייבן אין די ווערטער פון די געזעץ גופא אז זיי באזייטיגן די באשיצונג אין א ספעציפישע געזעץ אז עס זאל קענען חל זיין
די רעגירונג פאזיציע קען זיך הערן אביסל שוואך אבער עס ווערט אונטערגעשטיצט מיט די פרעצעדענט ארגומענט ווי זיי ווייזן אן אז צוריק אין 1973 למספרם איז באהאנדלט געווארן אן ענליכע קעיס איבער פארלעצונגען פון ארבעט סטאנדארטן וועלכע קאנגרעס האט פארלאנגט און אין יענע פאל האט די סופרים קאורט באפרייט סטעיטס פון קלאגעס טראץ וואס יענע געזעץ האט זיך אויך באצויגן צו יעדע פערזאן און אויך דארט האט קאנגרעס געשריבן אינעם פירוש אז עס איז גילט אויך פאר רעגירונגען
די רעגירונג ווייזט אן אז אפגעזעהן אויב די ריכטער זענען פולשטענדיג איבערצייגט איבער זייער ארגומענט זעלבסט דארפן זיי נעמען אין באטראכט אז די העכסטע געריכט האט עס אנגענומען מיט יארן צוריק און זינט דאן געאורטיילט אין עטליכע פעלער באזירט אויף יענע פרעצעדענט און אצינד איז שוין צו שפעט צוריקצודרייען די זייגער
ריכטער טאמאס, קעיגען סאטאמיאר און גארסוטש האבן אויסגעקוקט היבש שטארק אין שטיצע פון קירץ אין די צייט וואס ריכטער ראבערטס און אליטא האבן יא אויסגעקוקט מער סימפאטיש צו די רעגירונג
די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט אין שטיצע פון קירץ אז ער קען קלאגן די רעגירונג און די אורטייל איז געקומען פון ריכטער גארסוטש פאר אן איינשטימיגע געריכט

צוריק אין 2005 למספרם האבן טשארלס און קעטלין מור אינוועסטירט 40 טויזנט דאלאר אין אן אינדיאנע קארפארעישאן וועלכע העלפט ארויס פארמער אין אינדיע און זיי האבן באקומען 13% פון די שעירס אין די פירמע
די פראפיטן פון די פירמע ווערן גלייך צוריק אינוועסטירט אין די פירמע זעלבסט און נישט פארטיילט צווישן די שעירהאולדער אבער אין 2017 למספרם האט די מור פארפאלק פון וואשינגטאן סטעיט באקומען א שטייער ביל פון ארום 15 טויזנט דאלאר
די שטייער איז געקומען אין ליכט פון די שטייער רעפארם פעקל וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן און עס האט אנטהאלטן א פראוויזיע וועלכע ערלויבט פאר די רעגירונג איינצוקאסירן שטייער אויף פארדינסטן פון אויסלענדישע קארפארעישאנס אין וועלכע אמעריקאנע שעירהאולדער באטרעפן אמווייניגסטנס 50% פון די סטאק אפילו די פראפיטן זענען נאכנישט געווארן אפגענומען/גענוצט דורך די שעירהאולדער
די געזעץ איז געגאנגען אויף למפרע צו ערלויבן די רעגירונג אפצונעמען שטייערן אויף פארדינסטן פון נאך 1986 למספרם און ווייטער
די מור'ס האבן אריינגעטראגן א קלאגע דערקעגן זאגנדיג אז די רעגירונג קען נישט רעכענען קיין שטייער אויף פארדינסטן פון שעירס וועלכע די פארדינער האבן נאכנישט ארויסגענומען פון די פירמע
די פארפאלק האט פארלוירן זייער קעיס אינעם אונטערשטן געריכט און די קעיס איז אצינד געווארן אויסגעהערט דורך די סופרם קאורט וואו ענדרו גראסמאן האט געמאכט די קעיס פאר די קלעגער און געזאגט אז די טערמין "איינקופט" פון וועלכע די קאנסטיטוציע ערלויבט צו רעכנען שטייער איז אייביג געווארן פארשטאנען אלס פארדינסטן וואס די פארדינער האבן פאקטיש אפגענומען ווי צום ביישפיל, רענט, געהאלט און אנדערע פארדינסטן
ריכטערין סאטאמאיאר האט אנגעוויזן פאר גראסמאן אז די באגריף פון פארדינסטן וועלכע זענען נאכנישט געווארן ארויסגענומען פון די פירמע איז שוין געווען באקאנט אין די צייט וואס מען האט געשריבן די 16'טע אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע וועלכע אדרעסירט די רעכט פון די רעגירונג צו רעכענען שטייער
זי זאגט אז די שרייבער האבן געהאט א שאנס קלארצושטעלן אז אומרעאליזירטע פארדינסטן זענען אויסגעשלאסן אבער האבן עס נישט געטוהן און קאנגרעס האט דורכאויס די יארן באשטעטיגט עטליכע סארט שטייערן אויף געוויסע אומרעאליזירטע פארדינסטן
גראסמאן האט געענטפערט אז מיט דעם וואס די שרייבער האבן גענוצט די ווארט "איינקופט" האבן זיי אין פאקט קלארגעשטעלט אז זיי באציען זיך בלויז רעאליזירטע פארדינסטן ווייל דאס איז פארשטאנען געווארן אלס אפטייטש פון איינקופט
ריכטערין קעיגען האט אנגעוויזן אז קאנגרעס האט א לאנגע היסטאריע פון רעכענען שטייערן אויף אמעריקאנע סטאקהאולדער אין אויסלענדישע פירמעס זינט די רעגירונג קען נישט רעכענען שטייער אויף די פירמעס זעלבסט און זוכט צו בלאקירן די וועג פאר אמעריקאנער צו אינוועסטירן זייער געלט אין אויסלאנד וואו עס זאל וואקסן באשוצט פון אמעריקאנע שטייערן
סאלאסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און געזאגט פאר די ריכטער אז זי וועט זיין צופרידן אויך מיט א מער געצוימטע אורטייל וועלכע מוז נישט אדרעסירן די פראגע פון די 16'טע אמענדמענט זעלבסט אויב אומרעאליזירטע פארדינסטן קענען אויסשטיין שטייערן
זי ווייזט אן די שטייער באשטעטיגט אין 2017 למספרם ציהלט פארדינסטן וועלכע זענען פאקטיש געווארן ערהאלטן דורך די אויסלענדישע קארפארעישאנס און קאנגרעס האט געהאט די רעכט צוצושרייבן די פארדינסטן צו די שעירהאולדער וועלכע זענען די אייגנטומער פון אט די באטרעפנדע קארפארעישאנס
די טענה באדייט אז אויך אויב מען קען נישט רעכענען שטייער פאר אומרעאליזירטע פארדינסטן קען קאנגרעס דערקלערן אז אזעלכע סארט פארדינסטן הייסן פאקטיש "רעאליזירט"
ריכטער קעווענאו און בערעט האבן ביידע ארויסגעצייגט אינטערעסע אין אזא לייטער וועג ארויס פונעם פלאנטער און געווען צופרידן אז עס איז כאטש דא אן אויסוועג נאכצוגעבן פאר די רעגירונג אן דארפן אדרעסירן די 16'טע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע
צו ערשט האט ריכטערין בערעט געפרעגט פון גראסמאן וואס ער זאגט דערצו אבער שפעטער האט אויך קעווענאו אנגעוויזן אז די איינציגסטע ערנסטע פראגע איז איבער די צייט און אויב קאנגרעס וועלכע האט מעגליך די רעכט צוצושרייבן די פארדינסטן וועלכע די קארפארעישאן האט רעאליזירט אז עס זאל ווערן צוגעשירבן צו די שעירהאולדער אויך אויף למפרע אויף די יארן בעפאר די געזעץ איז געווארן באשטעטיגט
טייל קאנסערוואטיווע ריכטער האבן אויסגעדרוקט זארג איבער די אפעקט פון אן אורטייל אין שטיצע פון די רעגירונג און ריכטער טאמאס האט געפרעגט אויב אזא זאך וועט מיינען אז די רעגירונג קען רעכענען שטייער אויך שטייגנדע פראפערטי ווערד
ריכטער אליטא איז גראדע אויסגעשטאנען רופן צו צו רעקיוזן פון די קעיס צוליב זיינע פארבינדונגען מיט איינע פון די אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן די מור'ס אבער ער האט אפגעזאגט די פארלאנגען
ריכטער גארסוטש האט געוואלט פארשטיין אויב די רעגירונג וועט קענען באשטעטיגן א שטייער אויף רעטייערמענט אינוועסטמענט אקאונטס וועלכע וועט ערנסט באטרעפן מיליאנען אמעריקאנער
פרילאגער האט געזאגט אז די אלע היכי תמצי'ס זענען נישט עפעס וואס זענען ערווארטעט צו פאסירן ווייל פון אן אדמיניסטראטיוון שטאנדפונקט וועט די רעגירונג זוכן צו רעכענען שטייער אויף הארטע פארדינסטן וועלכע זענען פאקטיש אריינגעקומען
ריכטערין קעיגען האט איינגעשטימט מיט פרילאגער זאגנדיג אז מיר וועלן נישט באגעגענען אזעלכע סארט שטייערן אין אונזערע לעבנסטעג און ריכטער קעווענאו האט עס באשטעטיגט זאגנדיג אז קאנגרעס מיטגלידער וועלן עס נישט טוהן ווייל זיי ווילן געווינען ווידערערוויילונג
די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט מיט 2-7 אין שטיצע פון די רעגירונג ווען ריכטער קעוואנאו שרייבט פאר די מאיאריטעט און ריכטער גארסוטש פאר די מינאריטעט האבנדיג בליז ריכטער טאמאס אויף זיין זייט