נאכדעם וואס די צוויי שכינות'דיגע אשכולות, הילף צו ליינען מציבות און הילף צו ליינען מאטריקאל און שטאטישע רעקארדס, ארבעט זיך ב"ה פיין אויס, עפן איך בעז"ה די פאלגעדנע אשכול, ווי מ'וועט קענען ארויסהעלפן איינער דעם צווייטען אפיר צו זוכען די נויטיגע רעקארדס און מאטריקאל.
אלס פותח האשכול וועל איך אנהייבן מיט דעם:
איך פרוביר אויסצוגעפונען וואס איז געווען די לעגאל פארשריבענע נעמען פון פינחס וזוגתו ביילא קרעטש פון עטשעג, פאלגענד איז פרטים וואס איך ווייס איבער זייערע קינדער, וואס אויב טרעפט מען יענע רעקארדס וועט מען בעז"ה קענען וויסן וויאוי די עלטערין זענען געווען פארשריבן,
ר' משה ז"ל דומ"ץ באייזנשטאדט, געבוירן אין עטשעג (Ecseg), 12/4/1860, אוועק אין באגראבן אין אייזנשטאדט, 1/11/1928,
ר' יהודה לייב ז"ל, אוועק אין פרעשבורג י"א תשרי תרס"ח, ולמספרם 9/19/1907
ווי קען איך זעהן די רעקארדס?
די רעקארדס אין עטשעג הייבן זיך אן 1895, אזוי ווי רוב אונגארן. ווייסט איר ווי און ווען די קינדער האבן חתונה געהאט? אויף די חתונה רעקארדס שטייט געווענליך די נעמען פון די עלטערן.
(אין די לינק וואס איר האט מיר געשיקט דינסטאג, שטייט אז ר משה קרעטש האט חתונה געהאט די צווייטע מאל נובעמבער 17 1905, אבער אין אייזענשטאט האב איך נישט געטראפן די רעקארד).
די מעין לאוקעשן איז אין סאלט לעיק סיטי יוטא אין מאנהעטן איז דא א צענטער פאר דזשואיש היסטארי וואס האט א ריזיגע ריפאזיטארי וואס אנטהאלט אויך חלקים פון דעם קאלעקשן www.cjh.org General Inquiries 212.294.8301 Center for Jewish History 15 West 16th Street New York, NY 10011 איך ווייס אבער נישט וואס זייער קאוויד משוגעתען זענען כהיום וואס האט נישט געארבעט אויף hungaricana?