תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

איינס האט געשריבן:
שיינע שמועס פון פנחס גלויבער איבער ״צייט״

כ׳האב נישט קיין ״צייט״ - פנחס גלויבער

זייער געשמאק אראפ געלייגט און אינפארמאטיוו.

בתוך הדברים ברענגט ער ארויס א שאלה
פארוואס אין ספעיס - מקום קען מען זיך ריקן אין ארידענע ריכטונגען, מה שאין כן אין צייט, וואס דאס איז דאך די צווייטע זייט פון די מטבע, קען מען זיך ריקן נאר אין איין ריכטונג.

ער ברענגט עטליכע תשובות און אז סאיז אבער זייער נישט קלאר.

לויט ווי מהאט געשמועסט אין די אשכול מיין איך אז מקען דאס פארשטיין.
איר מישט אביסל, עס איז פארהאן צוויי סארטן טיים טרעוול.

די ערשטע סארט איז ווען איינער טוט זיך אן זיין היט און רעקל און שפאצירט אריבער 200 יאר צום עבר און ער טרעפט זיך מיט זיינע עלטער זיידעס און ער פארציילט זיי אז ער איז זייער אור אייניקעל וואס גייט געבוירן ווערן צוויי הונדערט יאר ארום,
דאס וועלט ווען טעארעטיש געקענט פאסירן אויב וואלט מען ווען געקענט טרעוועלען שנעלער ווי די ספיד אף לייט.
אונזער שאלה איז אינגאנצן עפעס אנדערש,
מיר ווילן פארשטיין פארוואס די עצם מציאות הזמן לויפט בלויז אין איין דירעקציע, ער וועט אייביג לויפן צום עתיד, פארוואס לויפט ער נישט צום עבר? פארוואס וועט מיין זייגער קיינמאל נישט טיקן אויף צוריק? אפילו דער מענטש וואס טיים טרעוולט זיך צו טרעפן מיט זיינע זיידעס וועט אבער זיין אייגענע זייגער נאך אלס טיקן צום עתיד, בלויז די וועלט זייגער וועט לויט זיין פערספעקטיוו לויפן אויף צוריק, אבער זיין אייגענע זייגער וועט נאך אלס לויפן צום עתיד.

עס זענען פארהאן צוויי תירוצים אויף די שאלה.

די ערשטע תירוץ איז, אז אויב וואלט זמן געלאפן אויף צוריק וואלט אויסגעקומען אז א געקראכטע איי וואלט צוריק גאנץ געווארן, און דאס איז קעגן די חק הטבע, ווייל די טבע איז אז זאכן וועלן אייביג גיין פון סדר צו חורבן און נישט פארקערט.
די צווייטע ענטפער איז, ווייל במשך הזמן נעמט די מוח א גאנצע צייט אריין פרישע אינפארמאציע אין די מוח וואקסט פיזיש, קומט אויס אז אויב וואלט די זמן געלאפן אויף צוריק וואלט די מוח צירוק איינגעשרינקן און אלע זיכרונות וואלטן פארגעסן געווארן. לויט דעם קען טאקע זיין אז זמן לויפט אויף צוריק, נאר קיינער געדענקט פּשוט נישט וואס איז פארגעקומען ביים עתיד ווייל אלע זיכרונות זענען פארגעסן געווארן.
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

טוב לב האט געשריבן:
לויט דעם קען טאקע זיין אז זמן לויפט אויף צוריק, נאר קיינער געדענקט פּשוט נישט וואס איז פארגעקומען ביים עתיד ווייל אלע זיכרונות זענען פארגעסן געווארן.

געטראכט די זעלבע.

זיין קשיא איז בכלל נישט שווער ווייל גענוי דאס איז די מציאות פון זמן. פונקט ווי מ'קען נישט פרעגן אויף א עפל 'פארוואס קען עס נישט זיין א באר?' ווייל ס'איז נישט און פארטיג. (אדער ווייסטו וואס? ס'איז טאקע יא א באר, און ס'איז נישט דאס וואס די האלסט אין די האנט, נאר ס'ליגט אין פרידזש צווישן די בארן...)
יעדע נברא האט א וועג וויאזוי ס'איז באשאפן, און אזוי איז עס.

ר' פנחס קוקט עס אן ווי ס'איז דא דריי בריאים: פריער, יעצט, און שפעטער, און זמן איז סך הכל די באן וואס טראגט אונז פון פריער צו יעצט און פון יעצט צו שפעטער. אויב אזוי איז טאקע שווער פארוואס קען נאר די באן פארן אין איין דירעקציע?
מ'דארף עס אבער אנקוקן אנדערש. ס'איז נישט דא דריי בריאים, ס'איז איין בריאה וואס הייסט זמן. דער זמן איז עפעס וואס לאזט אונז געדענקען וואס איז נעכטן געווען און טרעפן זאכן דארט וואו מ'האט עס נעכטן איבערגעלאזט. אויב וואלט מען גארנישט גערירט פון פלאץ פון נעכטן ביז היינט, וואלט זמן נישט געהאט וואס צו ברענגען צום טיש און עס וואלט נאך טאקע געבליבן 'נעכטן'... נאר ווען עפעס טוישט זיך פון פריער קען זמן לאזן פינגער אפדרוקן פונעם פריעדיגן סטאטוס, סיי אין זכרון און סיי אין מציאות.

פארוואס קען מען נישט געדענקען זאכן פון מארגן?
ווייל גארנישט האט זיך נאכנישט געטוישט פון יעצט וואס זאל מאכן פלאץ פאר מארגן אנצוקומען. די רגע וואס דאס וועט פאסירן וועט אי"ה ווערן מארגן, און מיר וועלן בעז"ה קענען געדענקען זאכן פון דעמאלס...
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

קען איינער צוברענגען אויב עס איז דא א PDF פון @איינס ארטיקל? אזוי אויך פון תורת היחסות - טעאריע אוו רעלעטיוויטי (אן תגובות)
אוועטאר
באשעפעניש
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפעניש »

?is there somebody here that really understand the concept of mass warps space around it
פארשטיין מיין איך אז ער פארשטייט אז עס איז אזוי, און נישט סתם נאכזאגען זאכן
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

מאנכע מיינען אז היינט איז שוין קריסטעל קלאר געווארן די אלטע דילעמע פון ווער דרייט זיך ארים וועם ,
די וועלט ארים די זין אדער די זין ארים די וועלט, אבער פאר די ווא ספארשטייען תורת היחתות ווייסן אז
לויט תורת היחתות איז נישטא קיין וועג צו וויסן צו די וועלט דרייט זיך ארים די זוהן אדער פארקערט .
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5446
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

קליגער פון קליג האט געשריבן:
מאנכע מיינען אז היינט איז שוין קריסטעל קלאר געווארן די אלטע דילעמע פון ווער דרייט זיך ארים וועם ,
די וועלט ארים די זין אדער די זין ארים די וועלט, אבער פאר די ווא ספארשטייען תורת היחתות ווייסן אז
לויט תורת היחתות איז נישטא קיין וועג צו וויסן צו די וועלט דרייט זיך ארים די זוהן אדער פארקערט .
ריכטיג.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ידיעות און פליאות - משה שפיצער און פנחס גלויבער
https://www.yiddish24.com/miscellanies/211/110092

ווען צוויי לייבן נעמען זיך צו א קרבן, פאלט אלעס אין פלאץ…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פנחס זאגט אז איינשטיין האט אנגעהויבן מיט מאטעמאטיק און דערנאך צוריק געקוקט און געווען שאקט פון די רעזאלטס אין מציאות.

צו זיין פונקטליך, איינשטיין האט אנגעהויבן זיין רעלעוויטי טעאריע אן קיין מאטעמאטיקס בכלל ער האט עס נישט געגליכן, נאר איינמאל ער האט געדארפט אראפשרייבן זיין טעאריע האט ער געמוזט זיך צילערנען מאטעמאטיקס.
סאיז אבער אמת זיין נקודה אז מיטן אראפ לייגן זיין טעאריע האט ער נישט געוואוסט די תוצאות און דורכן אראפשרייבן דעם טעאריע אין מאטעמעטיק האט ער געטראפן תוצאות וואס ער האט בכלל נישט געטראכט אז סגייט ארויס קומען.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מרבה לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:59 pm

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרבה לשובע »

איינער קען PDF'ן??
מברויך וויכטיג חזרה.
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

שוין העכסט צייט צו איבערנאמענען דעם געהענגל "רעלעטיוו יטעט טעאריע" @יאנאש
Illegitimi non carborundum
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ירוחם פישל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:44 pm
שוין העכסט צייט צו איבערנאמענען דעם געהענגל "רעלעטיוו יטעט טעאריע" @יאנאש
זאל מען שוין טוישן צו 'רעלאטיוויטעט'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”