נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
אין די אבאמאקעיר עפאכע האבן פילע שטאטן איבער אמעריקע פארברייטערט די מעדיקעיד פראגראם צו דעקן א גרעסערע טייל פון די באפעלקערונג
צווישן די שטאטן ציילט זיך קענטאקי וועלכע איז איז דאן געפירט געווארן דורך א דעמאקראט גאווערנאר סטיוו באשער
אום 2015 למספרם איז א רעפובליקאנער ביזנעסמאן מיטן נאמען מעט בעווין ערוועלט געווארן אלץ גאווערנאר פון די סטעיט און האט זיך גלייך געוואלט נעמען צו די פינאנציעלע לאגע פון די סטעיט קאסע
בעווין וואלט גערן צוריקגעדרייט די מעדיקעיד אויסברייטערונג וואס זיין פארגייער האט איינגעפירט אבער פארשטאנען אז עס וועט פאראורזאכן צו א גרויסע שטורעם און די וויילער וועלן זיך נוקם זיין אין רעפובליקאנער געזעצגעבער ביי די וואלן
מיט די ערוועלונג פון פרעזידענט טראמפ האט זיך געעפענט א טיר פאר די סטעיט זיך צו נעמען איבער מעדיקעיד און גאווערנאר בעווין האט נישט געקענט זיין מער צופרידן ווען די סטעיט האט ערהאלטן ערלויבעניש פון די אדמיניסטראציע צו רעארגאניזירן דעם פראגראם
די פלאן אנטהאלט מערערע איינצעלהייטן אבער די גרעסטע ראלע שפילט א פארלאנג פאר מעדיקעיד געניסער וועלכע זענען אין א יארגאנג און אין א צושטאנד מיט ארבייט מעגליכקייט צו פארמאגן א דזשאב
די נייע געזעץ האט געטריבן 16 אינווידועלן וועלכע געניסן פונעם פראגראם צו לויפן אין געריכט מיטן ארגומענט אז די ארבייטס פארלאנג איז אומקאנסטאטוציאנאל
די אנקלעגער האבן אויסגעוועלט א געריכט אין וואשינגטאן די סי מיטן האפענונג אז די ארטיגע ריכטער וועלן ליבערשט זיין גענויגט קעגן דעם רעפובליקאנער גאווערנאר אין זיינע פאליסיס
אין א באווארענונגס שריט האט געווערנאר בעווין אריינגעגעבן א קאנטער קלאגע קעגן זיינע אנקלעגער אין א קענטאקי געריכט און געבעטן די געריכט צו אורטיילן אז ער איז בארעכטיגט מיטן איינשטעלן די רעפארמען צום פראגראם
פארלאפענע פרייטאג האט די געריכט אין די סי געאורטיילט לטובת די אנקלעגער און געשריבן אז די רעפארמען זענען אומקאנסטאטוציאנאל
אין רעאקציע צום אורטייל האט גאווערנאר בעווין באשלאסן צו שניידן דעם פראגראם פון אן אנדערע ריכטונג, נעמליך צו רעדוצירן עקזעסטירנדע סערוויסעס
דער גאווערנאר האט געמאלדן אז די סטעיט וועט אויפהערן צו באצאלן VISION און DENTAL סערוויסעס פאר ארום 460 טויזנט מענטשן וועלכע זענען ביז איצט געווען געדעקט דערמיט
דעמאקראטן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי אז דער גאווערנאר האלט פאר'משכונ'ט סערוויסעס פון טויזענטער מענטשן בלויז ווייל ער האט פארלוירן אין געריכט אבער א ווארטזאגער פאר די סטעיט העלט דעפארטמענט זאגט אז ווייניגער פון 10% בארעכטיגטע נוצן די VISION און DENTAL סערוויסעס אבער עס איז פארט א באדייטענעדע סומע וואס די סטעיט וועט זיך איינשפארן מיט די שניט
לויטן פלאן וועט די שניט ווערן איינגעשטעלט קודם בלויז אין צפון קענטאקי און וועט ביז ענדע יאר אריינגיין אין קראפט לענגאויס די גאנצע סטעיט
די לעגאלע שלאכט איז נאכנישט פאריבער צוליב וואס מען ערווארט נאך אן אורטייל פון די קענטאקי געריכט איבער די לעגאליטעט פון ארויפלייגן ארבעטס פארלאנגען אויף מעדיקעיד געניסער
אויב די געריכט וועט זאגן אז עס איז לעגאל וועט עס זיין אין קאנפליקט מיט די געריכט אין די סי און וועט מעגליך אנקומען צום העכסטן געריכט אין לאנד
גאווערנאר בעווין האט געווארנט אז אין פאל ער וועט ענדגילטיג פארלירן די ארבעטס פארלאנגען רעכט וועט ער אינגאנצן צוריקדרייען די אבאמאקעיר אויסברייטערונג איינגעשטעלט דורכן פריערדיגן גאווערנאר