Re: גראמען
גערעכט ביזטו,
פארשטיין מוזטע,
ס'נישט ווערטער פוסטע,
אויסגערעכנט א לאנגע ליסטע.
איך פון דיר איך וויל,
בלייב נישט שטיל,
מיין רצון ערפיל,
אן קיין גבול.
שרייב נאך א גראם,
מיט טעם,
אויסנאם,
שבת אחים גם.
שרייב די שמחות וואס מ'טוט הערן,
וויפיל טוען געהאלפן ווערן,
וויפיל טוען זיך ב"ה צוריקקערן,
און וויפיל מיט קינדער טוט מען זיי באשערן.
מענטשן פון עמך די בחרת,
וואס האבן יאר געווארט,
ביים טיר פארשפארט,
ס'איז צוגאנגען די הארט.....
בכל צער וצער,
די אייבישטער איז מקדים בעפאר,
אסאך גוטע שכר,
טראכט גוט אריין - נישט ווי א נאר...
אסאך הצלחה, כ'האף האסט פארשטאנען וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען.....
מ'מעג קוקן אויף די גוטע חלק אויך....
הצלחה רבה