אין די וועלט פון עקענאמיקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

אין די וועלט פון עקענאמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אריינפיר

מיר אלע ווייסן אז פרנסה איז באשערט פון הימל און איז נישט פון די זאכן וועלכע ליגן אין די בחירה פון א מענטש, הגם כדי צו קענען ברענגען פרנסה מוז מען שווער ארבעטן זינט אדם הראשון איז געווארן פארשאלטן מיטן "בזיעת אפיך תאכל לחם", איז דאס א באזונדערע גזירה וועלכע האט נישט קיין שייכות מיט די תוצאה פון די ארבעט, און ווי מען זעט טאקע אז עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע ארבעטן זייער שווער און ברענגען אהיים גאנץ מאגערע פארדינסטן, און פון די אנדערע זייט זענען דא שיינע בעלי פרנסה וועלכע עס איז זיי נישט געווען באשערט צו דארפן ארבעטן אזוי שווער, און די זעלבע איז מיט אלע אנדערע פאקטארן ווי קלוגשאפט, און אנדערע פעאיגקייטן, וועלכע אפילו א גוי פארשטייט אז די זאכן מאכן בכלל נישט אויס אויף וויפיל א מענטש זאל מצליח זיין, און אז עס איז נישטא קיין אראפגעשטעלטע טבע ווער עס איז מצליח און ווער נישט, ווייל מען זעט דאך אז עס איז דא רייכע פון אלע סארטן און ארימע פון אלע סארטן.

דאס איז אלעס ווען מען רעדט פון א יחיד, ד.ה. אויב איין אינדיווידואל זאל פארדינען אדער פארלירן געלט ווענד זיך נישט אין זיינע באשלוסן, אבער ווען מען רעדט פון א רבים, ד.ה. צו דער עולם בכללית זאל מאכן געלט אדער נישט, וואס דאס וועט אנגערופן די "עקאנאמיע", ווערט בדרך הטבע יא געפירט דורך די מענטשן און זייערע באשלוסן, פארשטייט זיך אז אלעס איז ברצון השם, אבער די דרך הטבע איז אזוי אראפגעשטעלט.

און לאמיר דאס מסביר זיין אין איין ווארט:
א גוטע עקאנאמיע מיינט אז דער עולם בכללית פארדינט געלט, און פארקערט א שלעכטע עקאנאמיע מיינט אז דער עולם פארדינט נישט אדער גאר פארלירט געלט, יעצט שטעלט זיך א פראגע: ווען די עקאנאמיע גייט בארג אראפ, ווי לויפן די אלע געלטער וועלכע זענען פריער דא געווען אין די בעסערע צייטן? האט איינער אויפגעגעסן אדער פארברענט די ביליאנען דאלארן וועלכע מען האט פריער געהאט און יעצט זענען זיי נישט צום געפינען?

די תירוץ אויף דעם איז, אז די געלט זענען ווייטער דא חיים וקימים, נאר די חילוק איז צו זיי זענען אונעם מארקעט, אדער אינדרויסן פונעם מארקעט.

בעצם כדי גוט צו פארשטיין די תירוץ פעלט זיך אויס א לענגערע שמועס איבער געלט און קרעדיט א.א.וו. צו וועלכע מיר וועלן נאך צוריק קומען באריכות בע״ה, אבער צוציקומען צו אונזער פונקט איז גענוג צו וויסן די פשוטע א' ב', און לאמיר דאס פארשטיין געבן מיט א משל:

ראובן שמעון און לוי דריי ארימע ברודער וואוינען צוזאמען אין איין הויז, איין טאג האט ראובן געטראפן א אוצר פון צען טויזענט דאלער קעש, אויף אלע אידן געווינטשן, האמיר דא ראובן דער עושר, און צוויי אנדערע ארימע ברודער.
וואס געשעט אבער אויב ראובן באשליסט אז צען טויזענט איז אים נישט גענוג, ער וויל מאכן פון דעם צוואנציג, דארף מען מאכן ביזנעס, נישט אזוי? גייט ער און ער אינוועסטעט האלב פון די געלט מיטן קויפן א פעלד ווי ער גייט איינפלאנצן ווייץ, מיטן חשבון אז נאך צען יאר פארקויפן די ווייץ וועלכע וועלן וואקסן אין זיין פעלד, וועט ער פארדינען צוואנציג טויזענט דאלער.
די פראבלעם איז אבער אז כדי די פעלד זאל ארויסגעבן די תבואה דארף מען אקערן פלאנצן א.א.וו. און ראובן קען דאס נישט אלעס אליין טון, גייט ער צו זיינע צוויי ברודער און ער רופט זיי צו ארבעטן אין זיין פעלד פאר שיין באצאלט, ווייל ביי די ענדע וועט זיך אים עס לוינען ווייל ער וועט דאך מאכן אויף דעם צוואנציג טויזענט דאלער.
האמיר שוין יעצט ראובן דער עושר, און שמעון און לוי אלס שיינע בעלי פרנסה.
ראובן איז געווארן ארימער? ניין, פארקערט מיטן קויפן די פעלד גייט ער ווערן רייכער, אבער מיטן ארויסנעמען די געלט פון זיין טאש (וואס דאס מיינט עס אריינלייגן אין די צירקולאציע/עקאנאמיע) האט ער געמאכט אז 1) ער גייט ווערן רייכער 2) נאך צוויי מענטשן זאלן האבן פרנסה.

און דאס איז אין איין ווארט די חילוק צווישן א גוטע און שלעכטע עקאנאמיע, ווען מענטשן געבן אויס זייער געלט און אינוועסטן דאס איינער ביים צווייטן, מאכט יעדער געלט, און די עקאנאמיע איז גוט, אבער ווען מענטשן האלטן די געלט ביי זיך, געשעט אז די מיליאנערן בלייבן מיט קעש וואס וואקסט נישט, און די המון עם האט נישט אויף קיין ברויט.

פארוואס זאלן נישט מענטשן אינוועסטן זייער געלט אין די מארקעט? איז לאמיר צוריק גיין א מינוט צו ראובן וועלכע האט געקויפט דעם פעלד.
ווען ער האט זיך געמאכט דעם חשבון אז ער גייט פארדינען דא צוואנציג טויזענט דאלער, איז עס געקומען מיט אפאר קריטישע הקדמות, למשל 1) ער גלייבט אז די פעלד גייט טאקע ארויס געבן די פירות 2) ער טראסט זיינע ארבעטער אז זיי וועלן מאכן א גוטע ארבעט ארויסצונעמען די מאקסימום פון זיין פעלד 3) ער גלייבט אז ער וועט האבן קונים פאר די תבואה פאר א געוויסע פרייז. אויב פעלט איינע פון די זאכן וועט ראובן נישט אינוועסטן זיין געלט אין די פעלד.
יעצט אונעם ברייטן בילד, ווען מענטשן טראסטן די מארקעט אז זיי וועלן דארט מאכן געלט, וועלן זיי אויסגעבן זייער געלט און דער ברייטער המון וועט האבן פרנסה, אויב אבער מענטשן האבן מורא מאיזה סיבה צו איוועסטן זייער געלט אין די מארקעט אדער אפילו אין איין געוויסע גרויסע מארקעט, האלטן זיי די די געלט ביי זיך און דער עולם גייט פייפן.

דאס איז נאר איין משל פון אסאך וויאזוי די באשלוסן וואס מענטשן מאכן דאס פירט די עקאנאמיע ארויף און אראפ, און אזוי איז אויך אין אלע אנדערע אספעקטן וואס איז נוגע ביזנעס און עקאנאמיע, וואס די מענטשן מיינען, גלייבן, אדער טראכטן, דאס און נאר דאס דעצידירט די אויסגאנג פונעם עקאנאמיע, ווי מיר וועלן זען בהמשך בע"ה.

און דאס איז "עקאנאמיקס".

דאס איז די חכמה וועלכע קריכט אריין אין די מוח פון די מענטשן, און געפינט אויס זיינע געדאנקען און פלענער אלעס וואס איז נוגע ביזנעס, דאס איז די "פסיכילאגיע פון ביזנעס", און דורך דעם קען מען פארשטיין זייער אסאך וואס עס טוט זיך ארום אונז טאג טעגליך, און צומאל אויך צו קענען קוקן אויף ווייטער וואס וועט געשען בדרך הטבע אונעם עתיד.
(נישט אויסמישן עקאנאמיע מיט פינאנץ, וועלכע באשטייט פון פאקטישע ציפערן און חשבונות, עקענאמיע איז די וועג צו פארשטיין "פארוואס" נישט "וואס")

איך וויל מיטן אויבערשטנס הילף שרייבן אביסל איבער וואס איך ווייס און פארשטיי איבער די נושא, הגם עס איז שוין מן הסתם געווען כמה שרייבערס אויפן וועלטל וועלכע האבן זיך פארנומען מיט די ענינים, אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש, ספעציעל אין אזא ברייטע נושא.

יעצט אפאר הקדמות פאר איר הייבט אן ליינען:

1) איך וואלט געקענט באשטיין אז שאלות און הערות זאל האבן א באזונדערע פלאץ, כדי אז די אשכול זאל אנהאלטן א המשך, (צו מען האט הנאה צו נישט בין איך אבער איבעראל גרייט צו הערן)

2) בקשה צו מנהלים זאלן זיי מוחל אריבערפירן דעם אשכול צום "היימישע דזשורנאל", איך ווייס פשוט נישט וויאזוי מען מאכט דאס. יישר כח למפרע

3) אזויווי די השגות פון מענטשן אין די נושא זענען זייער פארשידענארטיג, יש וואס ווייסן בכלל נישט וואס טוט זיך, ויש וואס ווייסן פונקט ווי מיר אדער מער, וועל איך פרובירן זיך צו האלטן אויף אן עוורידזש ניווא, אבער דער עולם זאל זיך ביטע אנרופן זייער מיינונג צו מען קען גיין שנעלער אדער שטייטער.


פרייזן - סופליי און דימענד
חלק א'

די קעפל איז בעצם א פראגע און אן ענטפער.
די פראגע איז "פרייזן", וויאזוי ווערט דאס פארמירט? ווער מאכט דאס אפ? פארוואס קאסט מילך טייערער ווי וואסער, און א רעקל טייערער ווי זאקן? און אויב שוין יא טייערער, פארוואס פונקט די פרייזן, פארוואס נישט מיט צוויי הונדער דאלער ארויף אדער אראפ?
די ענטפער איז, ווי באקאנט, "סופליי און דימענד" SOPPLY AND DEMAND.

לאמיר דאס שנעל מסביר זיין פאר די וואס ווייסן נאכנישט.
ווען מען קוקט אויף א געוויסע זאך צו מאכן א פרייז דערויף, קוקט מען, אדער עס קוקט זיך אויטאמאטיש, אויף די צוויי זאכן, און לויט דעם ווערט די פרייז פארמירט.
די ערשטע איז "סופליי", וואס דאס מיינט וויפיל פון די געוויסע סחורה איז פארהאן אויפן מארקעט, און ווי גרינג עס איז דאס צו באקומען.
די צווייטע זאך איז "דימענד", דאס מיינט ווי א גרויסע פארלאנג איז דא פאר די ספעציפישע גוד אדער סערוויס.

ווי "ווייניגער" סופליי עס איז דא פון די זאך אלס טייערער וועט עס זיין, ווייל אלס מער זענען מענטשן גרייט צו צאלן, פארדעם איז ברויט טייערער ווי וואסער, הגם ביידע דארף מען אויף צום לעבן, ווייל וואסער איז דא פיל מער און איז פיל גרינגער צוציקומען ווי צו ברויט.
ווי "מער" עס איז די דימענד אויף די זאך אלס טייערער וועט עס זיין, אויך ווייל מענטשן זענען גרייט צו צאלן מער, פארדעם איז א טשיקן באטעם טייערער ווי דאס גארגל, הגם עס איז דא ווייניגער גארגלעך, ווייל א באטעם איז בעסער און מער פלייש, איז דא א גרעסערע פארלאנג אויף דעם.
(איך האף אז יעדער פארשטייט, אז נישט פרעגטס! לא הביישן למד.)


גאנץ פשוט, ניין? נישט ממש.
איך וויל פרעגן א קושיא וועלכע וועט שטעלן די גאנצע אנגענומענע הנחה אונטער א פראגע צייכן.

לאמיר אנכאפן א אייטעם ווי "קאווע" וואס ווי געשמועסט ווערט די פרייז געפירט לויט וויפיל קאווע עס איז דא אויפן מארקעט, סופליי, און לויט וויפיל מענטשן דארפן די קאווע, דימענד, און דאס איז נאר א משל אויף אלע אנדערע אינדוסטריס.

איז לאמיר קודם באטראכטן די " דימענד" חלק.
יעצט א באטעל "טעיסטערס טשויס" קאסט 15 דאלער אין געשעפט, ווייל לאמיר זאגן יעדע וואך דארפן א מיליאן מענטשן אזא באטל, איך בין איינע פון זיי.
וואס וועט אבער געשען אויב די פרייז וועט ארויפגיין צו 20 דאלער? עס וועלן נאך זיכער זיין מענטשן וועלכע וועלן דאס קויפן, אבער אוודאי ווייניגער מענשן ווי ביי 15, עס וועלן זיין מענטשן וועלכע וועלן קויפן א צווייטע קאמפעני, טרינקען ווייניגער קאווע, אדער בכלל מער נישט טרינקען קאווע, דאס מיינט אז די דימענד וועט פאלן צו לאמיר זאגן 0.8 מיליאן א וואך.
און ווען די פרייז וועט ארויף גיין צו 50 דאלער? וועט אוודאי זיין פיל מער מענטשן וועלכע וועלן דאס מער נישט וועלן קויפן און די דימענד וועט פאלן צו 0.2 מיליאן א וואך.
און די זעלבע איז פארקערט, אויב די פרייז וועט פאלן צו 10 דאלער א באטל, וועט זיכער זיין פיל מער מענטשן וואס וועלן דאס קויפן, לאמיר זאגן 1.5 מיליאן, און אזוי ווייטער און ווייטער אויף וויפיל די פרייז וועט פאלן וועט זיין א גרעסערע דימענד.

קומט אויס אז אונזער ארגינעלע שאצונג אז די דימענד אויף א טעיסטער טשויס באטעל איז א מיליאן א וואך, איז טאקע נאר ווייל די פרייז האלט יעצט ביי 15 א באטעל, אויב די פרייז איז ארויפציר, איז די דימענד קלענער, אויב די פרייז איז אראפציר וועט די דימענד זיין גרעסער, און פארשטייט זיך אויב וועט מען עס טיילן פאר אומזיסט, וועט די דימענד זיין גאר גרויס.

יעצט לאמיר אריבער גיין צו די חלק פון "סופליי".
די סופליי קראפט וואס טעיסטערס טשויס פארמאגט כהיום, איז לאמיר זאגן אויך א מיליאן באטלעך א וואך, נאר פאר א משל.
אבער דאס איז ווען זיי פארקויפן א באטעל פאר 15 דאלער, וואס דאן לאמיר זאגן ספענדן זיי אויף יעדן באטל 10 דאלער, און מאכן פראפיט 5 דאלער,
יעצט וואס וואלט געווען ווען די פרייזן פאלן און זיי קענען פארקויפן א באטעל נאר פאר 10 דאלער איינס? עס מיינט אז כדי צו פארדינען די זעלבע 5 דאלער קענען זיי זיך נישט ערלויבן צו ספענדן מער פון 5 דאלער פער באטעל, וואס גייט געשען איז אז זיי וועלן אנהייבן איינצוימען פראדוקציע און נאר פראדוצירן אזאלכע קאווע וואס די פראדוקציע קאסט נאר 5 פער באטעל, למשל, זיי וועלן נאר ניצן קאווע וואס מען פלאנצט אין נענטערע אדער ביליגערע פלעצער, דאס מיינט אז זיי וועלן שוין מער נישט קענען ניצן אלע סאורסעס ווי ביז יעצט, אויך וועלן זיי נוצן ביליגערע ארבעטער, פון וועלכע עס איז דא ווייניגער פארשטייט זיך, ביליגערע טראנספארט מיטלען, א.א.וו. און זייער סופליי קראפט וועט פאלן צו א האלב מיליאן דאלער.
אין קורצן, זייערע מעגליכקייטן צו פראדוצירן קאווע וועט ווערן שטארק איינגעצוימט, ד.ה. אז אלע מעגליכקייטן וואס קומען אויס צו 10 פער באטעל זענען שוין מער נישט ניצבאר, נאר זיי וועלן זיך מוזן איינצוימען צו די מעגליכקייטן וועלכע קאסטן נאר 5 פער באטל, כדי זיי זאלן קענען מאכן די 5 דאלער פראפיט.
און די זעלבע איז פארקערט, וואס געשעט ווען די פרייז פאר קאווע וועט זיך הייבן מאיזה סיבה און זיי וועלן קענען פארקויפן א באטעל פאר 20 דאלער? דאן וועט זיך עפענען פאר זיי נאך אסאך מעגליכקייטן צו פראדוצירן קאווע, ווייל זיי קענען זיך יעצט ערלויבן צו ספענדן 15 פער באטעל ביי די פראדוקציע, ד.מ. אז זיי קענען גיין צו ווייטערע פלעצער, אויפנעמען מער און בעסער ארבעטער, זיך ערלויבן טייערערע עקוויפמענט און אזוי ווייטער, אזש זייער סופליי וועט זיך הייבן צו 1.5 מיליאן באטלעך א וואך.

קומט אויס אז צו זאגן אז טעיסטערס טשויס סופליי מעגליכקייט איז איין מיליאן א וואך איז נישט ריכטיג, ווייל דאס איז נאר ווייל א באטעל האלט ביי 15, אויב די פרייז וועט אבער ארויפגיין וועט די סופליי זיין העכער, און אויב וועט די פרייז אראפגיין וועט די סופליי זיין קלענער.

תמצית היוצא:
ווען א פרייז העכערט זיך, פאלט די דימענד און עס העכערט זיך די סופליי.
ווען א פרייז פאלט, העכערט זיך די דימענד און עס פאלט די סופליי. פארשטענדליך? אקעי.


נו יעצט צו מיין קושיא.
פרייזן גייען לויט סופליי און דימענד, ריכטיג?
סופליי און דימענד גייען לויט פרייזן, אויך ריכטיג?

אויב אזוי וועלכע איז די ריכטיגע פרייז צו רעכענען? אדער צוריק צו אונזער ערשטע שאלה, פארוואס קאסט א טעיסטערס טשויס באטעל פונקט 15 דאלער?

פאשטייט זיך אז דאס איז נישט מיין שאלה, נאר איז שוין געווארן שטודירט דורך גרויסע פראפעסארן פאר לאנגע יארן צוריק, און איז געווארן פארענטפערט דורכן בארימטן עקאנאמיסט און פיליזאף "עדעם סמיט" (אויפן בילד) אין די שפעטע 1700 יארן.

download.jpg
download.jpg (3.52 KiB) געזען 1223 מאל


אי"ה אין חלק ב'

.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע:דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

WOW
זייער גוט און קלאר
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9419
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שיינע ארבייט, איז מעגליך אז היינט איז שוין מער נישט דא קיין סאפליי און דימענד? עס ארבייט אפשר מער אויף א פארנעם אז קאמפעניס קריעטען פראדוקטען פאר די דימענד, מען פארשט אויס די דימענד און דערנאך ברענגט מען אריין פראדוקטען מיט העכערע קוואלעטי אדער בעסערע פיוטשערס פאר טייערער אדער די זעלבע פרייז אזוי קאמפיעט מען אין די איבער געטריבענע איבער פלוס פון כמעט יעדע מין פראדוקט.

איך פרעג?!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

thank you

very nice

עס איז דא א געוואלד מיט זאכן וואס קומען אריין אין דעם פעלד און איינע פון די ווייטערדיגע חלקים איז א גרויסע מחלוקת איבער keynesian economics א פראפעסאר keynese וואס האט געהאלטן א שיטה פון וויאזוי רעגירונגען זאלן זיך אן עצה געבן ביי א רעסעשן און אזוי אויך וואס ווערט פארשידענע חלקים אינעם עקאנאמיע קאנטראללד דורך די רעגירונג לגבי אינפלעישן און קרעדיט וכו׳
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מטעמים האט געשריבן: שיינע ארבייט, איז מעגליך אז היינט איז שוין מער נישט דא קיין סאפליי און דימענד? עס ארבייט אפשר מער אויף א פארנעם אז קאמפעניס קריעטען פראדוקטען פאר די דימענד, מען פארשט אויס די דימענד און דערנאך ברענגט מען אריין פראדוקטען מיט העכערע קוואלעטי אדער בעסערע פיוטשערס פאר טייערער אדער די זעלבע פרייז אזוי קאמפיעט מען אין די איבער געטריבענע איבער פלוס פון כמעט יעדע מין פראדוקט.

איך פרעג?!


די קאמפאני׳ס קריעטן א ברענד צו ׳׳מאכן׳׳ א סופליי ענד דימענד ביז עס ווערט טאקע.
א דוגמא אבער פון א זאך וואס קומט און גייט אן א חשבון איז א פידזשעט ספיננער. היינט איז עס נאר ווערט עטליכע צענט ווען פאריאר פאר דריי חדשים האט מע נישט געקענט נאכקומען דעם סופליי
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אן דימענד איז גארנישט דא, קיינער ספענד נישט קיין געלט אויף א זאך וואס ער דארף נישט.
יעצט בעצם איז דא א (באהאלטענע) דימענד צו האבן פליגלעך ווי א פייגל, יערער פון אונז וואלט עס געקענט נוצן און וואלט געווען גרייט צו ספענדן געלט דערויף, און די זעלבע איז מיט יעדע באקוועמליכקייט וכדומה, עס איז דא א באהאלטענע דימענד דערויף, און דער ערשטער וואס וועט עס דעליווערן וועט מאכן די געלט דערויף.
יעצט אויף א פראדוקט וואס איז שוין דא, איז זייער גרינג צן מעסטן די דימענד, אבער ווען א קאמפעני מוז ארויסקומען מיט נייע זאכן צו מאכן געלט, מוז מען קודם אריין לייגן פארש ארבעט ווי גרויס די דימענד איז און וויפיל מענטשן זענען גרייט צו באצאלן דערפאר.
און דאס איז היינט דא אסאך אז קאמפעניס מוזן ארויסקומען מיט נייע ערפונדענגען צו מאכן געלט ווי הרב @מטעמים זאגט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: thank you

very nice

עס איז דא א געוואלד מיט זאכן וואס קומען אריין אין דעם פעלד און איינע פון די ווייטערדיגע חלקים איז א גרויסע מחלוקת איבער keynesian economics א פראפעסאר keynese וואס האט געהאלטן א שיטה פון וויאזוי רעגירונגען זאלן זיך אן עצה געבן ביי א רעסעשן און אזוי אויך וואס ווערט פארשידענע חלקים אינעם עקאנאמיע קאנטראללד דורך די רעגירונג לגבי אינפלעישן און קרעדיט וכו׳

יא יא א גוטע נושא די רעסעשן ריהעביליטעישן, מיטן אויבערשטנס הילף נאך פרייזן וויל איך גיין צו געלט און קרעדיט, און דאן קען מען פארשטיין די רעסעסיע, און דאן די וועג ארויס.
סופליי און דימענד זענען אבער פיל טיפער ווי מען מיינט.

בנוגע די פידזשעט ספינער, וועט אי״ה קלאר ווערן בהמשך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”