איך געדענק נישט מער געדאכט ווען איך האב געהאט דעם זעלבן פראבלעם, איך געדענק אבער נישט וויאזוי איך האב מיך אן עצה געגעבן, איך האב ארומגעשיקט א טעקסט צו עטליכע חברים, און איינער גראדע א גרויסע מבין האט מיר דאס צוריקגעשריבן For hebrew page numbers after 392 you need hamashlim If he wants give him my # ill give him good price for page setup
איז אדערווייל מוזט איר זיך באגעניגן מיט דעם, איך האף ווייטער צו קלעטערן, אדער אפשר וועט מאשקע אנקומען מיט עפעס א לינק ווי מ'רעדט שוין פון דעם
לויט ווי איך האב אלץ געוואוסט קען מען ביי ווארד נישט האבן אידישע נומערען נאך דף שצ"ב, ביי די אלטע ווארד פון 97 און 2000 ווייס איך זיכער 03 ווייס איך נישט און זעהט אויס אז ביי 07 אויך נישט
א אידעלע:און נאכדעם נאך א זאך, ווען איך מאך די פעידזש נאמבער פארמעט זאל זיין א' ב' ג', פון דף שצ"ב און ווייטער שטייט אזוי Error! Number cannot be represented in specified format.
איך פארשטיי נישט פון וואספארא דיזיינס איר רעדט, אבער קען זיין דאס איז די פראבלעם ווי פאלגנד, ווארד 2007 לייגט אריין די פעידזש נומער און א באקסל, נעם עס ארויס פון די באקסל און פעיסט עס פלעין אין די העדער, פליעט נאך אלץ?? אדער קען גאר זיין אז די דיזיין איז אין די גאנצע לענג פון די פעיטש וואס דאן דארף מען עס אנשטעלן ביי טעקסט רעפינג אויף ביהיינד די טעקסט.
איר רעדט אפשר צו מאכן אזוי ווי די פייל?? אויב יא, דאן לייגט אריין די פעידזש נומער און מאכט קאט אויף דעם, יעצט לייגט וועלכע העדער איר ווילט און גייט ביי די ענד פון די העדער און מאכט פעיסט אריין צו לייגן די פעידזש נומער. ווי איך פארשטיי איז די סיבה דערפון, אז די מאכסט א שיינעם העדער, דאן קומט נישט דארט קיין פעידזש נומער, נאר דאן לייגט מען די נומער אונטען אויפן בלאט.
אפשר קען מיר איינער זאגן וויאזוי מען שטעלט אן אין ווארד 7 אז מען זאל זעהן אינטען די פעדזש נאמבערס? איך רעד "נישט" דא פון די אויטאמאטישע פעדזש נאמבער'ס. איך רעד דא פון א 20 פעידזש דאקומענט, וויל איך פשוט וויסען אויף וועלכע פעידזש איך האלט יעצט.