רייט קליק דארט אונטן, (העכער אידישע וועלט...), און מאך א טשעק ביי פעידזש נאמבער.
ווארד: פעידזש נאמבער'ס
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע:אין אייגן זעקל
למעלה משבעים האט געשריבן: איר רעדט אפשר צו מאכן אזוי ווי די פייל??
אויב יא, דאן לייגט אריין די פעידזש נומער און מאכט קאט אויף דעם, יעצט לייגט וועלכע העדער איר ווילט און גייט ביי די ענד פון די העדער און מאכט פעיסט אריין צו לייגן די פעידזש נומער.
ווי איך פארשטיי איז די סיבה דערפון, אז די מאכסט א שיינעם העדער, דאן קומט נישט דארט קיין פעידזש נומער, נאר דאן לייגט מען די נומער אונטען אויפן בלאט.
דאס טו איך געווענליך, אבער למעשה איז עס גוט נאר בשעת הדחק
און די זעלבע איז אויך ווען איך מאך א העדער מיט א טעבל פון דריי קאלום'ס נאכן לייגן דעם קאלום אינסערט איך א פעיזדש נומער פליט דער טעבל אוועק
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע:אין אייגן זעקל
למעלה משבעים האט געשריבן:thefact האט געשריבן:א אידעלע:און נאכדעם נאך א זאך, ווען איך מאך די פעידזש נאמבער פארמעט זאל זיין א' ב' ג', פון דף שצ"ב און ווייטער שטייט אזוי Error! Number cannot be represented in specified format.
עס איז נאך נוגע??
יא שטארק נוגע
ביטע העלף
איך האב WORD 2000 - 2003 - 2007
ואין קול ואין עונה
ב שצבקצף, ער האלט זיך נישט ביים רירן
ביטע ווער קען העלפן
יישר כח
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע:אין אייגן זעקל
ווארד2007 האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:thefact האט געשריבן:א אידעלע:און נאכדעם נאך א זאך, ווען איך מאך די פעידזש נאמבער פארמעט זאל זיין א' ב' ג', פון דף שצ"ב און ווייטער שטייט אזוי Error! Number cannot be represented in specified format.
עס איז נאך נוגע??
יא שטארק נוגע
ביטע העלף
איך האב WORD 2000 - 2003 - 2007
ואין קול ואין עונה
ב שצבקצף, ער האלט זיך נישט ביים רירן
ביטע ווער קען העלפן
יישר כח
איך וויל מיר ברבים באדאנקן פאר למעלה משבעיםפארן מיר ארויסהעלפן אין דעם נושא פון לייגן עמודים אין ווארד ווייטער פון דף שצב
האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם
עלעך מעתיק זיין לשונו:
מען מאכט פעיטש נומער שצג אלץ א נייע סעקשאן (דורך פעיטש ברעיק, דוקא נישט דורך קאנטראל ענטער), און גיי אריין אין די העדער, אין ביי דעזייין אונטער די גרופ נעוויגעשן (פארשטייט זיך איך רעדט אין 2007, און די פריערדיגע געדענק איך נישט ווי דאס איז), וועסטו זען אז די קענסט מאכן אז עס זאל נישט זיין געלינקט צום פריערדיגן, דאס מיינט צום פריערדיגן סעקשאן.
מאך עס זאל נישט זיין געלינקט, יעצט טייפ די אות ש פאר די פעיטש נומער און מאך אז די פעיטש נומער וואס איז אויפן דף זאל זיך אנהייבן פון אות צג.
און ווען ער קומט אן צו שצט, דאן מאך נאך א סעקשאן ברעיק, מיט די זעלבע שפיל, און טייפ אריין פלעין די ווארט ת אן קיין פעיטש נומער, נאכדעם מאך נאך א סעקשאן ברעיק וכו', און טייפ די ווארט ת און הייב אן די פעיטש נומערן פון א.
די מהלך קען אבער האבן זייער אסאך חסרונות, דאס הייסט קודם די פעיטש ברעיקס קען מאכן א חורבן, חוץ דעם די עיקר פראבלעם איז אויב עס איז דא געטייפט עפעס אין די העדער דארף מען זיך ארום שפילן אז עס זאל שטימען נישט ווערן פארפארן פון די סענטער וכדו'.
איך האב שוין געמאכט א פייל אזוי ביז דף תק, מיט א קעפל אין די העדער, בנוסף וואס עס האט געדארפט זיין די עיווען דפים אנדערש ווי די עדד דפים, און ב"ה עס איז מיר געלונגען.
ע"כ דברי הרב
מכאן ואילך דברי תלמידו
מען מוז נישט מאכן פעיזדש ברעיק'ס, מען קען עס אויך אפטיילן אין עקסטערע פיילס (הגה: וכן אני נוהג) און דאס איז א שטיקל שמירה ס'זאל נישט ווערן א באלאגאן
יישר כח
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע:אויפן רעקליינער
ווארד2007 האט געשריבן: לפי דברי כמה חברים אז ביי ווארד 2003 און 2000 איז דאס נישט געווען, שטעלט זיך די שאלה
לתקוני שדרתיך ולא לעוות
מיינט דאס אז ווי א יאר מער ווערט ווארד ערגער
ווער קען העלפן
לפי ידיעתי ועקספיריענסאתי איז די זעלבע פראבלעם געווען ביי די אלע אלטע ווארדן (נישט פון תפיסה) אפילו נאך ביי 97, דיין עצה פון אפטיילן אין באזונדערע פיילס איז א זייער גוטע איידיע, אבער עס א שטיקל שפילעריי און עס קען אמאל מאכן פראבלעמען אויב מען פארגעסט עפעס גוט אנצושטעלן וכדו', ממילא פאר איינעם וואס נוצט נישט אזוי אפט אדער נישט פאר א געהעריגע ספר למשל איז נישט געפערליך, אבער פאר איינעם וואס נוצט ווארד פאר געהעריגע ביזנעס למשל אויסצושטעלן ספרים קונטריסים וכדו' וואס ער מאכט געלט דערפון וואלט איך געראטן צו איינהאנדלן המשלים לווארד וואס דורך דעם קען מען אנשטעלן עס זאל יא לויפן ווייטער פון דף שצב.
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע:אין אייגן זעקל
איך האב הנאה איך האב געקענט מהנה זיין מיינע חברים דא
נאך א נקודה וואס איך האב פארגעסן
נאך שצט קומט ת, נו וואס טוט מען, נאך צט קומט דאך ק, ווי פארשטענדליך נאכאמאל א עקסטערע פייל, אויב די ספר ענדיגט זיך אבער למשל ביי עמוד תו אדער ביז תט, דאן קען מען אנשטעלן די פעיזדש נומערס וואס גייט נאך י צו כ און ל א. א. וו. וואס דאן וועט ער נאך ת מאכן תא ביז תי געהעריג אן קיין פראבלעם, פארשטייט זיך אז נאך תי קומט תכ תכא וכו'.
נאך א נקודה וואס איך האב פארגעסן
נאך שצט קומט ת, נו וואס טוט מען, נאך צט קומט דאך ק, ווי פארשטענדליך נאכאמאל א עקסטערע פייל, אויב די ספר ענדיגט זיך אבער למשל ביי עמוד תו אדער ביז תט, דאן קען מען אנשטעלן די פעיזדש נומערס וואס גייט נאך י צו כ און ל א. א. וו. וואס דאן וועט ער נאך ת מאכן תא ביז תי געהעריג אן קיין פראבלעם, פארשטייט זיך אז נאך תי קומט תכ תכא וכו'.
ווער ס'האט שוין אמאל עוסק געווען בשבילי ד'ווארד' ווייסט אז ווען מען מאכט א סעקשאן ברעין הייבט זיך אן די פעיזדש נומערן מיט א התחדשות פון דאסניי, און אויב איז די סיבה פון א סעקשן ברעיק פשוט א הפסק צווישן איין פרק אין די צווייטע, איז עס א חורבן, מען דארף אריינגיין און פריש אנשטעלן די פעיזדש נומערן, און צומאל כאפט ער נישט געהעריג, ווייל ווען מען גייט אין העדער ווייזט ער אז די פאריגע פרק געפינט זיך נאך (לאמיר זאגן א משל) אויף דף כ"א, און די צייט וואס ווען דו גייסט ארויס פונעם העדער ענדיגט ער זיך באמת אויף דף כ', און אזא פאל ווערט כאאס
איז דא א עצה מען זאל קענען אנשטעלן אז די פעיזדש נומערן זאלן אלס לויפן ווייטער, און אפילו איך לייג א פעיזדש ברעיק זאל ער נישט אנהייבן מיט א התחדשות פון א?
איז דא א עצה מען זאל קענען אנשטעלן אז די פעיזדש נומערן זאלן אלס לויפן ווייטער, און אפילו איך לייג א פעיזדש ברעיק זאל ער נישט אנהייבן מיט א התחדשות פון א?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.