פראפערטי טעקס
איש האשכולות האט געשריבן: טעקס איז נישט מעגליך פאראויס צוזאגן,
טאמער די אססעסער שטייט אויף אויפן לינקע זייט, און ער שאצט די הייזער בלויז לויטן סעיל פרייז דאן איז צרות ווי א בארג.. ע"ע בלומינגבורג
איך ווייס אז ס'דארף נישט זיין דוקא אין טשעסטער אשכול, נאר ס'איז מענין לענין באותו קנין ובנין, נער הייתי גם זקנתי, כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי פראפערטי טעקס ארבעט, כ'האלט ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט נישט נאר פאר מיר נאר פאר אלע וואס טוען עסקנות אינעם ענין פון דירות ישובים וכו' - פון מיר איז שוין נאר געבליבן א אייוועלט שרייבער - אבער דער אינגער דור, די פרישע חברה וואלטן דאס געדארפט געהעריג פארשטיין,
א. וויאזוי ארבעט אסעסמענט
ב. וועלכע רעגירונג (קאונטי, טאון, ווילידזש, סקול טעקס, וכו' והמסתעף) קען אלץ טעקסען
ג. וואס איז די עצות אויב מ'פאלט אריין ביי זיי
ד. וואס איז די הסבר אז קרית יואל איז ביליגער, איז עס א ביליגע טעקס רעיט, א ביליגע אסעסמענט?
ה. וויאזוי קען מען עס נאכמאכן ערגעץ אנדערש?