קורצע שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה.
זיי האבן אויפגעשטעלט לאגערן, מיט קרעמיטאריומ'ס וכו' וכו', וואס דארט האט מען ליידער טעגליך דערשטיקט טויזענטער אידישע קינדער אנשים נשים וטף זקנים עם נערים, אזוי אויך איז פארגעקומען נאך פארשידענע סיסטעמאטישע פייניגונג'ס מיטלען ווי מען האט געפייניגט צום טויט אונזערע זיידע'ס און באבע'ס, צו דורך שווערע טויטליכע ארבעט צו דורך אנדערע מיטלען.
למעשה האבן מיר דאס נישט מיטגעלעבט, מיר הערן כסדר פון זאכן וואס עס איז געשעהן בשעת די ביטערע מלחמה, אבער אסאך פרטים זענען נישט באקאנט פאר אונז וויבאלד מיר זענען נישט דארט געווען, און נישט אלעמאל גיבן די זקנים איבער יעדע פרט ופרט, נאר מען דערציילט באופן כללי.
פאר מיר אליין איז שוין עטליכע מאל געווען שווער פארשידענע זאכן וואס איך האב געוואלט פארשטיין, צומאל קליינע שאלות וואס עס פעלט פשוט די ידיעה דערין, דעריבער מאך איך דא אויף אן אפטיילונג ווי מען זאל קענען פרעגן שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה, קורצע שאלות וואס מען וויל צומאל פארשטיין, און צווישן אזא גרויסער ציבור דא, וועט אוודאי זיין אנדערע וואס וועלן וויסן מער און באוויליגן צו ענטפערן.