אנקעטע: פרייע פרעסע vs ענעמי אוו די פיפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זאל טראמפ קריגן די פאוער צו פארשליסן מידיע קוועלער?

יא
28
24%
ניין
56
48%
נאר פעיק ניוז אוטלעטס (ווי סננ/ני"ט)
32
28%
סך הכל שטימען: 116

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

אנקעטע: פרייע פרעסע vs ענעמי אוו די פיפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טוצעך לעצטענס א פארשטארקערטע מלחמה צווישן די פרעסע און די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די נעגעטיווע מידיע קאווערידזש קעגן טראמפ און די שארפע אנטי פרעסע רעטאריק מצד טראמפ וואס האט זיי לעצטענס אנגעהויבן רופן (די קריטיקירנדע פרעסע) די "ענעמי אוו די פיפל".

אין א מיטינג מיטן ני"ט האט אים דער דירעקטאר געזאגט אז זייערע רעפארטער ווערן מער אונטערדרוקט אינטערנאציאנאל דורך דיקטאטורן וואס שפירן זיך פרייער צו צעפירן די הענט א דאנק טראמפס רעטאריק. סננ'ס אקאטסטע איז פארשריגן געווארן דורך מאסן טראמפ שטיצער אינמיטן רעפארטן נייעס ביי א ראלי אין פלארידע. און רופער צו סי ספען האבן געסטראשעט צו שיסן די זשורנאליסטן ברייען סטעלטער און דאן לעמאן און די פב"א האט אונטערגענימען אן אויספארשונג.

יעצט איז ארויסגעקומען אן אנקעטע איבער דעם און צו מ'זאל געבן די כח פאר טראמפ צו אויסשליסן אזוינע מידיע קוועלער.

אין אלגעמיין זענען שטייצעך אמעריקאנער דערקעגן אבער צווישן רעפובליקאנער זענען א מערהייט יא אין שטיצע:

Republicans Want to Give Trump the Power to Shut Down Media

The “enemy of the people” talk is working. A plurality of self-identified Republicans say they want Trump to have the power to take “bad” media outlets out.

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן צו דער עולם דא אגריעט, און אויב נישט פארוואס.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Are you a buffalo hater?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9295
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בשום אופן נישט קענען פארמאכען! אבער קריטיקירען און זאגען אז זיי האבען פיינט די אמעריקאנע וואס וואונען אין רורעל עריעס און זיי האלטען אז זיי פארשטייען בעסער ווי אזוי אמעריקע דארף ווען אויס צו זעהן.

פראטעקטעד אבאמא ווען ער איז געלאפען פאר פרעזידענט ניטאמאל האבען זיי אים פרובירט טשעלענזשדען אויף זיין גלח, זיינע קאנעקשאנס, זיין לאו עקספיריענס און זיין לינקע אידעאלאגיע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

קודם כל ווייסט דאך יעדער אז אזא זאך גייט קיינמאל נישט פאסירן.

צווייטענס, טראמפ מעג אויסרופן קבל עולם ומלואו אז די היינטיגע מידיע איז נישטא צו "אינפארמירן די פיפעל" נאר צו "מעדלען אין די פיפעלס דעסיזשענס..":wink:
אז דו מידיע קען נישט פארנעמען די היץ קענען זיי ארויסגיין פון ביזנעס...

יעצט צום עצם פאול, איז ביטע טוישן די קעפל צו "זאל דער פרעזידענט קריגן די פאוער צו פארשליסן מידיע קוועלער?"

(ווער עס וויל זאל עפענען א פרישע אנקעטע-אשכול "זאל די מידיע געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פארן אויפדעקן קלעסיפייד אינפארמעישאן?")
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איינער געדענקט נאך ווען שומער און אבאמא האבן געוואלט טון בערך די זעלבע זאך נאר עס איז זיי נישט געלונגען ?

remember the "fairness doctrine"
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מיין וואוט אבער איז זאלן זיך ביידע רייסן ווייל מצא מין את מינו
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע:רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

געשטימט ניין.
אבער עס דארף זיין עפעס א סיסטעם אז זיי זאלן ליידן קאנסיקווענצן ווען זיי דערגייען די יארן פאלטשערהייט פון איינער וואס זיי האבן נישט ליב.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

געוואוט "ניין".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שמאטע האט געשריבן: קודם כל ווייסט דאך יעדער אז אזא זאך גייט קיינמאל נישט פאסירן.

כ'בין בכלל נישט זיכער דערין. אויב מיינסטו אלסן ערשטע אמענדמענט, קוק אויפן צווייטן אמענדמענט וויפיל באגרעניצונגען מ'האט שוין געמאכט דערויף. נישט אז כ'האלט ס'איז גלייך אבער א פעסטע טראמפ גאווערמענט קאנטראל קען רוהיג אזאנס דערקלערן. נעשאנעל סעקיורעטי!

קלער פון א סינעריא ווי ער קאנסאלידעיט אביסל מער פאוער, באקומט א גרעסערע מיאריטעט אין קאנגרעס/סענאט און לייגט צו נאך א סופריעם קאורט ריכטער (א שטייגער ווי קאוואנאו וואס האלט פון פרעצעדענטלאזע פרעזידענט מאכט ווי פייניגונגען און אונטערהערן וכו') ווער פונקטליך זאל עס אפשטעלן?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9295
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן: קודם כל ווייסט דאך יעדער אז אזא זאך גייט קיינמאל נישט פאסירן.

כ'בין בכלל נישט זיכער דערין. אויב מיינסטו אלסן ערשטע אמענדמענט, קוק אויפן צווייטן אמענדמענט וויפיל באגרעניצונגען מ'האט שוין געמאכט דערויף. נישט אז כ'האלט ס'איז גלייך אבער א פעסטע טראמפ גאווערמענט קאנטראל קען רוהיג אזאנס דערקלערן.

קלער פון א סינעריא ווי ער קאנסאלידעיט אביסל מער פאוער, באקומט א גרעסערע מיאריטעט אין קאנגרעס/סענאט און לייגט צו נאך א סופריעם קאורט ריכטער (א שטייגער ווי קאוואנאו וואס האלט פון פרעצעדענטלאזע פרעזידענט מאכט ווי פייניגונגען און אונטערהערן וכו') ווער פונקטליך זאל עס אפשטעלן?

זיינע שטיצער!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן: ווער פונקטליך זאל עס אפשטעלן?

זיינע שטיצער!

יע? ביזט זיכער?

קוק די אנקעטע רעזולטאטן דא.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן: ווער פונקטליך זאל עס אפשטעלן?

זיינע שטיצער!

יע? ביזט זיכער?

קוק די אנקעטע רעזולטאטן דא.

:wink:
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

פארשפארן? זיכער נישט!
אבער אוודאי ווייטער פירן א פעסטע מלחמה מיט זיי, זאל דער פאלק וויסן אז מען קען זיי נישט טראסטן, אויב דאס גייט פירן אז עטליכע גייען זיך אליינס צומאכן אדער גוט סטראגעלען ביז זיי וועלן זיך טוישן איז נאך בעסער!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך ווייס נישט אויב עס זענען דא דא טראלס אדער פשוטע.....ווילסט עכט געבן אבסאלוט פאוער? מארגן גייט פרעזידענט ביידען אפשפארן פאקס(זיי זאגן נאר אמת) און איבערמארגן וועט מען שיקן קיין גואנטאומע בעי פארן זאגן אנדערש ווי די רעגירונג מידיע.
איך האב א לימוד זכות אז זיי ליינען יענקי פיש'ס בעשרייבונג און גלייבן אז מען איז אין א מלחמת השם קעגן די עמלקים....
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

איך פארשטיי בכלל נישט די דאקטערינע (קומט דא אריין?..) פון די אנקעטע.

אויפן קעפל שטייט "פרייע פרעסע אדער ענעמי אוו די פיפל", קום איך אריין זעה איך א שאלה צו טראמפ זאל מעגן פארשפארן נייעס קוועלער. איך מיין, פןנקט ווי די מידיע איז געדעקט אונטער די ערשטע אמענדמענט פון פרייהייט פון אויסדריק, האט דאך טראמפ פונקט אזוי די רעכט זיי אנצירופן מיט סיי וועלכע צונאמען ער באגערט, ניין?! אלזא כאפ איך נישט דעם קשר פון ענעמי אוו די פיפל צו פארשפארן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכןאדער טוחן= מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9295
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן: ווער פונקטליך זאל עס אפשטעלן?

זיינע שטיצער!

יע? ביזט זיכער?

קוק די אנקעטע רעזולטאטן דא.

איך גיי באלד איבער מאכען די זעלבע אנקעטע א טראפ אנדערשט וועסטו זעהן די דיפערענס אין רעזולטאטען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3724
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

Goodmorning האט געשריבן: איך ווייס נישט אויב עס זענען דא דא טראלס אדער פשוטע.....ווילסט עכט געבן אבסאלוט פאוער? מארגן גייט פרעזידענט ביידען אפשפארן פאקס(זיי זאגן נאר אמת) און איבערמארגן וועט מען שיקן קיין גואנטאומע בעי פארן זאגן אנדערש ווי די רעגירונג מידיע.
איך האב א לימוד זכות אז זיי ליינען יענקי פיש'ס בעשרייבונג און גלייבן אז מען איז אין א מלחמת השם קעגן די עמלקים....

ווער איז יענקי פיש?

ביי די וועי, קיינער פון די יא וואוטערס דא האבן זיך נאכנישט אנגערופן, ווייזט אויס זיי טרייבן סתם ליצנות.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יואל שרייבער האט געשריבן:
Goodmornng האט געשריבן: איך ווייס נישט אויב עס זענען דא דא טראלס אדער פשוטע.....ווילסט עכט געבן אבסאלוט פאוער? מארגן גייט פרעזידענט ביידען אפשפארן פאקס(זיי זאגן נאר אמת) און איבערמארגן וועט מען שיקן קיין גואנטאומע בעי פארן זאגן אנדערש ווי די רעגירונג מידיע.
איך האב א לימוד זכות אז זיי ליינען יענקי פיש'ס בעשרייבונג און גלייבן אז מען איז אין א מלחמת השם קעגן די עמלקים....

ווער איז יענקי פיש?

ביי די וועי, קיינער פון די יא וואוטערס דא האבן זיך נאכנישט אנגערופן, ווייזט אויס זיי טרייבן סתם ליצנות.

האסטו יענקי פיש'ס מעשה
viewtopic.php?f=3&t=37515
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: מיין וואוט אבער איז זאלן זיך ביידע רייסן ווייל מצא מין את מינו

אבער איבער די פראגע אינעם אנקעטע, יא אדער ניין?
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

יואל שרייבער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן: איך ווייס נישט אויב עס זענען דא דא טראלס אדער פשוטע.....ווילסט עכט געבן אבסאלוט פאוער? מארגן גייט פרעזידענט ביידען אפשפארן פאקס(זיי זאגן נאר אמת) און איבערמארגן וועט מען שיקן קיין גואנטאומע בעי פארן זאגן אנדערש ווי די רעגירונג מידיע.
איך האב א לימוד זכות אז זיי ליינען יענקי פיש'ס בעשרייבונג און גלייבן אז מען איז אין א מלחמת השם קעגן די עמלקים....

ווער איז יענקי פיש?

ביי די וועי, קיינער פון די יא וואוטערס דא האבן זיך נאכנישט אנגערופן, ווייזט אויס זיי טרייבן סתם ליצנות.

ליצנות? זיי ווילן עס זאל ווערן אפגעשפארט ווייל ווען זיי גייען אין עירפארט אדער אויפן פליגער זעט מען דארט זאכן וואס מ'דארף נישט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מיגו האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן: איך ווייס נישט אויב עס זענען דא דא טראלס אדער פשוטע.....ווילסט עכט געבן אבסאלוט פאוער? מארגן גייט פרעזידענט ביידען אפשפארן פאקס(זיי זאגן נאר אמת) און איבערמארגן וועט מען שיקן קיין גואנטאומע בעי פארן זאגן אנדערש ווי די רעגירונג מידיע.
איך האב א לימוד זכות אז זיי ליינען יענקי פיש'ס בעשרייבונג און גלייבן אז מען איז אין א מלחמת השם קעגן די עמלקים....

ווער איז יענקי פיש?

ביי די וועי, קיינער פון די יא וואוטערס דא האבן זיך נאכנישט אנגערופן, ווייזט אויס זיי טרייבן סתם ליצנות.

ליצנות? זיי ווילן עס זאל ווערן אפגעשפארט ווייל ווען זיי גייען אין עירפארט אדער אויפן פליגער זעט מען דארט זאכן וואס מ'דארף נישט

טאקע. און טראמפ גייט עס פילטערן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18285
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Goodmorning האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן: זיי ווילן עס זאל ווערן אפגעשפארט ווייל ווען זיי גייען אין עירפארט אדער אויפן פליגער זעט מען דארט זאכן וואס מ'דארף נישט

טאקע. און טראמפ גייט עס פילטערן

:lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::lol::i:i:i;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

כאפצעם האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן: מיין וואוט אבער איז זאלן זיך ביידע רייסן ווייל מצא מין את מינו

אבער איבער די פראגע אינעם אנקעטע, יא אדער ניין?


ניין
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פריילעך אידל האט געשריבן: איך פארשטיי בכלל נישט די דאקטערינע (קומט דא אריין?..) פון די אנקעטע.

אויפן קעפל שטייט "פרייע פרעסע אדער ענעמי אוו די פיפל", קום איך אריין זעה איך א שאלה צו טראמפ זאל מעגן פארשפארן נייעס קוועלער. איך מיין, פןנקט ווי די מידיע איז געדעקט אונטער די ערשטע אמענדמענט פון פרייהייט פון אויסדריק, האט דאך טראמפ פונקט אזוי די רעכט זיי אנצירופן מיט סיי וועלכע צונאמען ער באגערט, ניין?! אלזא כאפ איך נישט דעם קשר פון ענעמי אוו די פיפל צו פארשפארן.


אויב אבאמא האט פארשטאנען אז די רעגירונג מעג קאנטראלן די מידיע דורך א דוקטרינע פארוואס זאל נישט טראמפ מעגן גיין א סטעפ ווייטער ?
פרידאם אף ספיטש מיינט איך מעג שרייען וואס איך וויל און קיינער קען מיר נישט איינטיילן.
אבאמא האט פארשטאנען אז אזוי ווי די טאלק שאוס זענען קאנטראללד ביי די קאנסערוואטיוון מוזן די קאמפאניס אריינברענגן בעל כרחם ליבעראלע האוסטס.
ביי די טי ווי שאוס האט ער עס נישט פארלאנגט אז מען זאל אויך מאכן דעם זעלבן דאקטרין ביי סי ענ ענ אריינברעגן קאנסערוואטיווס.
למעשה איז עס דורכגעפאלן אבער עס איז געווען א געהעריגע אטעמפט צו קאנטראלען מידיע .
וואטס די דיפערענס ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן: ווער פונקטליך זאל עס אפשטעלן?

זיינע שטיצער!

יע? ביזט זיכער?

קוק די אנקעטע רעזולטאטן דא.

געשטימט 'ניין'

שטיצער#
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”