Re: גאן קאנטראל דעבאטע
צושמעטערו א מיליטער קען זיין לייכטער ווי א גאנצע פאלק מיט ביקסן ע״ע אפגאניסטאן וואו די מיליטער האט אמעריקע זייער שנעל אפגעווישט אבער א פאלק נישטצל עובר האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:04 pmאדער נישטעפעס אנדערש האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:28 pmעס איז מסתם שוין געשטאנען דא פריער, אבער לאמיר נעמען די צווייטע וועלט מלחמה פאר א דוגמא, ווען אלע בירגער וואלטן געהאט אדער געהאט דעם מעגליכקייט צו באזיצן געווער, טראכסטו אז די דייטשן און זייערע אליאירטע וואלטן געהאט א הוה אמינא צו טון וואס זיי האבן געטון? קיינער וואלט זיך נישט געלאזט פירן ווי שאף צום שחיטה, וואוסנדיג אז זיי האבן סייווי נישט וואס צו דערלייגן.
קוק נאר וואס די פארטיזאנער האבן אנגעמאכט מיט זייער לימיטעד געווער. קוק וואס די ווארשע'ווער געטא האט געקענט אנמאכן ווען זיי האבן געהאט געווער. אזוי וואלטן אלע געטאס געקענט טון סאך פריער, גלייך ביים ערשטן פאזע.
(איך גיי נישט אריין אין די השקפה חלק).
דו ווייסט אז דער דייטש האט צושמעטערט די ארמייען פון ענגלאנד און פראנקרייך און רוסלאנד, איא?
אדער נישט, אזוי ווי דו זאגסט
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)