נעכטן נאכט, אזוי הערענדיג די נייעס אויף די לופט כוואליעס איז מיר אריין א געדאנק אין קאפ, א זאך וואס איך אייביג אן נאך פון קינדוויייז... געווען דערקעגן.
נאך די פאריאריגע מעשה מיט די שיסעריי אין די ווירדזשיניע טעק. און יעצט די מעשה האב איך ערנסט אנגעפאנגען טראכטן אז פון די משוגעים וועט מען נישט קענען אזוי גרינג לויז ווערן, נישט קיין חילוק ווי נישט-לעגאל גאנס זאלן זיין אין אמעריקע וועלן זיך אייביג טרעפן עטליכע משוגעים וואס וועלן האבן געווער מיט א "היתר", און ער וועט קענען אנזייען חרבן און שרעק איבעראל.
צילוב דעם איז מיר אריין די טענה פון די אנטי-גאן-קאנטראל חברה אין אריין. נעמליך אויב יעדער צווייטער גוי וועט האבן א רעוואלווער מיט זיך, וועט שוין נישט דער משוגענער אריין קימען אין זיך נעמען שיסן סתם אזוי אין די וועלט אריין, ווייל נאך איין סעקונדע שיסן ווערט ער ארפגעשאסן דורך א צווייטן סטודענט.
אנדי, פארדעם ברויך מען דייקנות כי קצר, אם לא דקת למה הקשית ואם דקת למה לא פארשטאנת?
דער תירוץ אויפן סתירות היאנאש, איז אז אפי' פון איין זייט וואלטן פארמיטן געווארן שיסערייען, אבער פון די אנדערע זייט וולט געווען מער שיסערייען צו פארמיידן, פארשטייסט? אז נישט קען איך דיר נישטהעלפן.
יאנאש, גוד פאונט, ווען עס איז אן עת מלחמה איז איין זאך, ווען עס איז שלום ווערט די יוגענט פארשלעפט דורך גרויליגע מאוויס וכדו' צו געפערליכע אקטן השם ירחם, מ'ברויך דאס עוואודען בכל החומר.
אזוי אין ענגלאנד איז דא זייער שטרענגע גאן געזעצן אפילו די פאליציי דרייען זיך אן געווער אין טאש אין דארט איז א זעלטענהייט אז מען זאל שיסן אין די גאסן יעצט א פאליציי באריכט פון די ען וויי פי די צייגט אז פאר יאר 10' למספרם איז פארגעקימען ''בלויז'' אונטער 500 מארדן אין ניו יארק סיטי אליינס איר הערט ??? און דאס הייסט שוין היסטאריש נידריג
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אזוי אין ענגלאנד איז דא זייער שטרענגע גאן געזעצן אפילו די פאליציי דרייען זיך אן געווער אין טאש אין דארט איז א זעלטענהייט אז מען זאל שיסן אין די גאסן יעצט א פאליציי באריכט פון די ען וויי פי די צייגט אז פאר יאר 10' למספרם איז פארגעקימען ''בלויז'' אונטער 500 מארדן אין ניו יארק סיטי אליינס איר הערט ??? און דאס הייסט שוין היסטאריש נידריג
גערעכט עס איז דא אסאך מארדן דאהי, קודם כל ווייסטו מן הסתם אז די לאנדאנע זענען רוהיגערע מענטשן, און עס איז דא דארט ווייניגער היפי'ס און האומלעס, און סתם באנדיטן. צווייטנס, שרייבסטו אז מען שיסט דארט ווייניג אין די גאסן, און וואס טוט זיך אין די הייזער? אינדאר? שיסט מען מער? און וואס טוען די פאליציי, אדער א פריוואטער מענטש, ווען איינער קאנפראנטירט זיי מיט א גאן?
אויסער אלעם, פארוואס אין ענגלאנד איז דא ווייניגער שיסערייען לאזט זיך דינגען, אבער דאס איז זיכער אז די רויבער'ס וועלן זיך שוין טרעפן זייערע וועגן צו שאפן געווער, אויסער אז מען צוקוועטשט מיט א צווענגל די אלע פאבריקן וואס מאכן אדער אימפארטירן / עקספארטירן געווער, וואס איך גלייב נישט וועט געשען, אפי' אונטער די שטרענגע גאן קאנטראל געזעצן, וואס איז אויסער אלעם אנדערש פון איין סטעיט צו די צווייטע.