CBD אויל (קנאביס אויל)
אויף קול מבשר איז לעצטנס געווען זייער א אינטערסאנטע אינטערוויו וועגן דעם.
איך וואלט זיך געפרייט צו הערן פערזענליכע עקספיריענס פון מענטשן וואס האבן דאס געניצט.
יישר כח
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
פעלעד האט געשריבן: hemp oil
סהאט ניש קיין פערטל סגולות ווי די עכטע cbd אויל.
די עכטע אויל ניצט מען צו העלפן אפילו שווערע מחלות ווי cancer און פרקינסאון מיט סיזשערס און נאך.
אליעזר קרויס האט געשריבן:פעלעד האט געשריבן: hemp oil
סהאט ניש קיין פערטל סגולות ווי די עכטע cbd אויל.
די עכטע אויל ניצט מען צו העלפן אפילו שווערע מחלות ווי cancer און פרקינסאון מיט סיזשערס און נאך.
העמפ CBD איז די זעלבע זאך ווי קענעביס CBD - די חילוק איז אויב עס האט THC. מען קען אבער אויך האבן העמפ מיט THC. איך האב אדווערטייזד די קאמפעני HEMP MASTER. איך האב געהאט אייגענע עקספיריענס מיט מוסקעל פעין.
אויפגעפרישט האט געשריבן: איך האב מיר געדרייט אין AMAZON איך בין געווארן זייער צומישט, איינער קען מיר אנצייכענען א גוטע פראדאקט?
פעלעד האט געשריבן:אויפגעפרישט האט געשריבן: איך האב מיר געדרייט אין AMAZON איך בין געווארן זייער צומישט, איינער קען מיר אנצייכענען א גוטע פראדאקט?
1. מפארקויפט נישט דארט די עכטע סחורה, סאיז דא א געוואלד פאלשעריי, מקען טרעפם די אויל פאר ביליג אבער למעשה האט עס גאר ווייניק cbd אזוי אז סהאט נישט קיין תועלת.
2. אן א הכשר האט עס שטוערע פראבלעמען, סאיז געמאכט מיט אלכוהול, און מיט פעטנס מן החי, סקען זיין אין דעם אלע ערליי פעטנס פון חיות און בהמות.
די cbd אויל פון Kosher gold וואס האט געגעבן די אינטערוויו פאר קולמע, האא די השגחה פון בי"ד מנחת חינוך טארטיקוב.
פעלעד האט געשריבן: לעצטנס איז שטארק נתפרסם געווארן די מוירעדיגע CBD אויל וואס לעצטנס צום ערשטן מאל ארויס געקומען מיט א גוטע השגחה.
אויף קול מבשר איז לעצטנס געווען זייער א אינטערסאנטע אינטערוויו וועגן דעם.
איך וואלט זיך געפרייט צו הערן פערזענליכע עקספיריענס פון מענטשן וואס האבן דאס געניצט.
יישר כח
פעלעד האט געשריבן: זייט ריק סימפסאן איז אדורך אסאך יאר, און יעדעס יאר וועט די מחקר ארום די גאנצע זאך מער דעוועלאפט, היינט צוטאגס האלטן רוב דוקטורים אז די עיקר כח ליגט אין די CBD הגם אז לכו"ע זיינען דא געוויסע זאכן וואס דארפן אויך THC.
די פראבלעם איז אז אין רוב מדינות איז THC נישט ליגאל, און אפילו אויב יא ווי למשל אין ארץ ישראל, קען מען עס נישט קויפן מיט פריסקיפשין פון א דאקטור, נאר מדארף גיין באקומען א פירמעט פון משרד הבריאות צי עס קענען קויפן, און דאס נעמט חדשים.
משא"כ CBD האט רוב מעלות און איז ליגאל.
און אגב, די CBD אויל האט אין זיך אויך א קליינע פראצענט THC, סאיז נאר זייער קליינע פראצענט דערפאר איז עס ליגאל.
אין דעי טבלה קען מען זעהן אלע בענעפיטס וואס זענען דא אין דעם קאנאביס, יעדע זאך האט א אנדערע קאליר, און ביי די אלע מחלות שטייט וועלכע קאלירס העלפן עהם.
פעלעד האט געשריבן: באמערק אז ער זאגט נישט אז THC איז בעסער ווי CBD, נאר אז ער האט גיטע עקספירענס מיט THC און אויף CBD פעלט אינפארמיישן.
ווען האט ער דיר דאס געשריבן?
ווייל היינט איז מוכח למעלה מכל ספק אז CBD איז די שטערקסטע זאך וואס ארבעט, און כסדר טוישן מומחים די דיעה און זאגן אז סאיז טאקע אזוי.
מקען עס זען אין א געוואלד באשרייבונגען דורך א קורצע זיך אין גוגל.
אויך איז דער ריק נישט אינגאנצן גערעכט אין חלק הלמעשה, ווייל למעשה האבן רוב מענטשן נישט קיין צוטריט צו הויכע דאוזעס פון THC ווייל רוב רעגירונגען לאזן נישט, ממילא איז כמעט די איינציגסטע נארמאלע וועג וואס בלייבט צו ניצן CBD.
חוץ פון דעם וואס עוסקים בדבר האבן א געוואלט מעשיות ווי מהאט קלאר געזען אז ס'העלפט מוירעדיג, און געוויסע מחלות היילט עס אינגאנצן אויס, אזוי ווי סורייעטיס אויפן הויט, אדער רומעטיזם וואס טוט שטארק וויי און נאך.
פעלעד האט געשריבן: מיין שאלה איז וויפיל THC האט מען געדארפט דארט צולייגן?
ווייל איך האב פארשטאנען פון דער וואס פארקויפט דעי כשר'ע אויל, אז ער האט דווקא יא אריין געלייגט א קליינע פראצענט THC וועגן די מעלות וואס עס קען צולייגען, אבער כדי זאל זיין ליגאל האט ער געלייגט ווייניגער ווי 3%
מאידך פארשטיי איך פון ארטיקלען, אז אסאך פון די זאכן וואס דארפן THC צוזאמען מיט CBD וועט ארעטן אפילו ווען די THC וועט זיין אסאך ווייניגער ווי CBD.
פעלעד האט געשריבן:אליעזר קרויס האט געשריבן:פעלעד האט געשריבן: hemp oil
סהאט ניש קיין פערטל סגולות ווי די עכטע cbd אויל.
די עכטע אויל ניצט מען צו העלפן אפילו שווערע מחלות ווי cancer און פרקינסאון מיט סיזשערס און נאך.
העמפ CBD איז די זעלבע זאך ווי קענעביס CBD - די חילוק איז אויב עס האט THC. מען קען אבער אויך האבן העמפ מיט THC. איך האב אדווערטייזד די קאמפעני HEMP MASTER. איך האב געהאט אייגענע עקספיריענס מיט מוסקעל פעין.
נישט ריכטיג, איך האב די לעצטע טעג שטארק געפארשט די זאך, א געוואלד מיט סייטס האבן באשרייבונגען און וידאויס פון גרויסע דאקטוירים, סאיז רחוק שמים וארץ דעי צוויי זאכן.
מיין גרעסטע ראיה איז, אז העמפ אויל פארקויפט מען שוין אשיינע פאר יאר ליגאל, און cbd אויל זענען נאך דא שטעט ווי סאיז נישט ליגאל אפילו אן קיין THC, למשל אין קנדה גייט עס ווערן ליגאל נאר נאך אפאר חודשים. די סיבה איז ווייל די cbd אויל איז אסאך א שטערקערע זאך ווי די העמפ אויל, די העמפ אויל איז ניש מער ווי אבענעפיט פאר געינט אבער היילט נישט מחלות.
און אשאד אז מזאגט זאכן ברבים אויף קוחמע און מפארדרייט די עוילם מיט נישט ריכטיגע אינפארמיישן, און מענטשן וואס דארפן הילף גייען קויפן די נישט ריכטיגע זאך.
אם לעצתי תשמע, זיך אין גוגל וואס איז די חילוק צווישן hemp און cbd kanabis אויל