די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף
די סוגיא וואס מיר רופן מיט'ן שם הכולל 'מארטגעדזשעס', איז נישט נאר נוגע למעשה, אבער אויך באלערנד און אינטערעסאנט. נוגע איז בעיקר וויאזוי צוצוגיין צו א מארטגעדזש – פארשטיין דעם פראצעדור, און זיך באקענען מיט די שטאפלען און אנטוויקלונגען פון דער גאנצער זאך. אבער דא קומט צו א גאנצע מקצוע פון דעם אמת'ן באדייט פון א 'מארטגעדזש', וואס איז גרעסער און טיפער ווי סתם א הלוואה.
אונזער שייכות מיט א מארטגעדזש איז געווענליך דער חלק ההלוואה שבו. כ'וויל קויפן א דירה, וואס קאסט א קיימא לן פון לכל הפחות א פּאר הונדערט טויזנט דאלאר. ווער פון אונז פארמאגט דען אזויפיל קעש צו דער האנט? האבן מיר אבער אין שטעטל א איד א גביר (ער רופט זיך 'באנק' – טו אים עפעס!), וואס בארגט געלט אויף פראצענט (מיט א היתר עיסקא, ווי פארשטענדליך). גיי איך צו אים – אייגנטליך, נישט ממש צו אים אליין: ער איז גאר א פארנומענער מענטש און האט נישט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע פשוט'ע גארנישעס ווי איך. איז, ווענד איך זיך צו איינעם פון זיינע משרתים און בעט אים צו רעדן צום באלעבוס זיינעם, מר. באנק, ער זאל מיר מוחל זיין אויסבארגן א צוויי-דריי הונדערט אלפים – וואס כ'וועל אים דאך אוודאי באצאלן צו דער באשטימטער צייט מיט שיינע פראצענטן.
אונזער עושר גיט אבער נישט אוועק זיין געלט אזוי גרינג. (ער איז גראדע היפש ברייטהארציג ווען עס קומט צו טיילן צדקה, אבער ביזנעס איז ביזנעס. אזוי טענה'ט ער.) ער מאכט טעלעפאן-קאלס און פרעגט זיך נאך ביים עולם צי איך בין עמיצער וועמען מ'קען טראסטן – צי איך צאל אין צייט, בין א נארמאלער, מסודר'דיגער מענטש; ער פרעגט מיך גוט אויס וואס איך פלאן צו טאן מיט'ן געלט, וואס דער חשבון איז וועגן באצאלן, צי כ'וועל האבן פון וואו צו נעמען אויף די פעימענטס אא"וו. אויב אלעס שטימט אים, גייט ער איין אויפ'ן געשעפט (און באזארגט זיך, כמובן, מיט שטרות, משכונות, און אלע אנדערע צוגעהערן). ער גיט מיר איבער דאס געלט, מזומן (אייגנטליך, א wire). דעמאלט האב איך פון אים באקומען א מארטגעדזש-הלוואה. מזל טוב.
דאס איז אייגנטליך א בערכ'דיגע, זעיר-אנפינ'דיגע גירסא פון וואס עס שפילט זיך אפ ווען א באנק (די אינסטיטוציע, נישט דער שטאט-גביר) גיט א מארטגעדזש פאר א מענטש. היות אבער די באנק איז נישט קיין יחיד מיט א געשוואלענעם טייסטער, און די געלטער מיט וואס די באנק גיט זיך אפ אין א נאענטערער קרוב מיט ביליאנען ווי מיט די ציפערן ארום עטליכע הונדערט טויזנט, איז דאס עסק מיט די הלוואות אויך פיל מער טיפער און קאמפליצירטער. נישט נאר זענען די ציפערן גאר גרעסערער ווי א גביר'שע הלוואה, נאר דער מארטגעדזש פון א באנק איז בכלל איז נישט סתם אזוי א הלוואה – וואס איז אין דער היינטיגער פינאנציעלער וועלט נישט מער ווי א נ.ב. צו דער גאנצער זאך, וכדבעינן למימר לקמן.
איז, האב איך חשק אויסצושמועסן די נושא פון פרובירן באקומען א מארטגעדזש – אלעס וואס איז אלץ נכלל דערין און וויאזוי צוצוגיין דערצו הלכה למעשה, ווי אויך דעם ארום-און-ארום, פריער-און-שפעטער פון א מארטגעדזש – פון וואו די באנק נעמט דאס געלט, איר שייכות מיט'ן מארטגעדזש, ווער נאך ס'איז אלץ פארמישט, ווער און וויאזוי מ'מאכט דא געלט, דעם וואנדערוועג וואס א מארטגעדזש גייט דורך איבער בענק און אינסטיטוציעס, מיט א סטאפ אין וואשינגטאן און אויפ'ן וועג צו וואל סטריט אין מאנהעטן, ביז ער קומט אן צו פארשידענע אינוועסטארס איבער דער וועלט. און אין די ווערטער פון מנחם מענדל: דָאס לֶעבּן און שַאפן פון אַ מָארטגֶעדזש.
מיין ציל אין א ווארט איז צו דעקן די גאנצע נושא – הלכה למעשה, ווי אויך דעם חלק פון דער סוגיא וואס איז נישט נוגע אבער יא באלערנד און אינטערעסאנט.
איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן , נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.