רבי שמעלקא טויבענפעלד זצ״ל - רב דק״ק חרדים מאנסי - א׳ סוכות תשמ״ו.
רבי שמואל יששכר דוב טויבענפעלד זצ״ל
רב דקהל חרדים במאנסי [/align]
איז געבוירן אין שטאט יעריסלוב וואס איז אין גאליציע צו זיין טאטן הרבני ר׳ משה מנחם ז״ל.
בשנת תרצ״א.
ביים קריג איז די משפחה פארטריבן געווארן קיין סיביר און פון דארט אנגעקומען צו די קאנצערטראציע קעמפס אין דייטשלאנד, פון דארט איז ער געקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין שטאט מאנסי נ.י. און געווארן מתלמידיו המובהקים פון הגאון רבי ראובן גרוזובסקי זצ״ל, לערנענדיג אין די דארטיגע ישיבה פון ביהמ״ד עליון.
דארט האט ער געלערנט מיט נאך באקאנטע בארימטע תלמידי חכמים, ווי ער איז באקאנט געווארן אלס אן עילוי נפלא און בקי בכל חדרי תורה.
ער איז געווען אן עניו ושפל ברך, און נישט געמאכט קיין וועזן פון זיך אדער זיין גדלות בתורה וביראה.
שפעטער איז ער געווארן רב אין די ק״ק חרדים וואס איז שפעטער אריבער אונטער די בעלות פון ק״ק סאטמאר אין מאנסי.
רב טויבענפעלד מיט די שטאט ״מאנסי של פעם״ גייען סינאנים ווי ער איז געווען פון די בארימטע פיגורן און אויסגערופענע רבנים אין די שטאט.
ער איז נסתלק געווארן פליצלונג אין א יונגען עלטער ביום א׳ סוכות שנת תשמ״ו לפ״ק.
והובא למנוחות בעיה״ק, בהר המנוחות.
סמוך ממש לציון של רבו הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל.
- אטעטשמענטס
-
- 890C5CE6-3FB3-47FF-BD7C-733F3056EDAD.jpeg (103.58 KiB) געזען 3901 מאל