Re: נייעס און קרישקעלעך פון די קעטסקילס ראיאן אין ניו יארק
אויפן פלאץ.זארג נישט האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 6:08 pmווי? אויפן פלאץ, אדער אין קארט א פאר חדשים שפעטער?שפילקעס האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 6:03 pmדי אייגענטימער דארף אויפווייזן אז די אינוואדירער איז נאכנישט דארט קיין 30 טעג.זארג נישט האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 4:37 pmאון אויב רופסטו פאליציי אין די 30 טעג, און ער זאגט אז ער איז שוין דארט 30 טעג, דארף ער עס "דארט" אויף ווייזן אדער דארפסטו אויף ווייזן אז ער איז נישט?קעדילעק האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 12:40 pmיא צדיק'ל, ער איז באשיצט אונטער דעם פאטערליכן "סקוואטער" געזעץ, פארגעס נישט אז דו וואוינסט אין ניו יארק, עיר החסד..לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 03, 2024 12:27 pmאון אויב שטייט נישט 'no trespassing' מעגן זיי לעגאל יא אריינגיין אין מיין הויז??
הגה: ביז דרייסיג טעג קענסטו נאך יא רופן פאליציי אז איינער האט זיך איינגעבראכן אין דיין דירה, נאך דרייסיג טעג קען ער רופן פאליציי צו דיר..
גייט די פאליציי שטעלן דארט א בית דין און באשליסן ווער זאגט די אמת? אדער דיר ארעסטירן פאר אים "וועלן" ארויס וווארפן פון "זיין" וואויניג, און אך און וויי אויב האסטו אים פיזיש אנגעכאפט ווייל דעממאלט קען מען דיר קלאגן פאר וועלן אים הארגענען.
און וויאזוי ווייזט מען אויף אז ער איז "נישט" דארט געווען? אויפווייזן אז יא קען מען, אויף ווייזן אז נישט איז כמעט נישט מעגליך.
אונז האבן א כלל אז
You can't prove a negative
אין קאורט דארפס די בעה''ב ווייזן אייגענטומערשאפט, דעמאלטס איז שוין קיין נ''מ ווי לאנג די סקוואטער איז דארט געווען.
אבער א קאורט קען נעמען אסאך צייט.