תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אין סקווירא האט מען יעצט געמאכט קידוש לבנה מוצש"ק פאר מעריב.
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
על מה ההיתר בנוינחוניא האט געשריבן:אין סקווירא האט מען יעצט געמאכט קידוש לבנה מוצש"ק פאר מעריב.
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
מקובל מפי המגיד מטשערנאביל שיכולים לקדש הלבנה עד ח"י שלמים.loyodea האט געשריבן:על מה ההיתר בנוינחוניא האט געשריבן:אין סקווירא האט מען יעצט געמאכט קידוש לבנה מוצש"ק פאר מעריב.
- באקסער בוים
- שר האלף
- תגובות: 1865
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
למה קודם מעריב?נחוניא האט געשריבן:מקובל מפי המגיד מטשערנאביל שיכולים לקדש הלבנה עד ח"י שלמים.loyodea האט געשריבן:על מה ההיתר בנוינחוניא האט געשריבן:אין סקווירא האט מען יעצט געמאכט קידוש לבנה מוצש"ק פאר מעריב.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9523
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
- כאניש וואס צו טוּן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4727
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
האט מען דען אפגעשטיפט?יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
מ'איז געשטאנען יעדע נאכט נאך מעריב פאר א האלבע שעה און געווארט...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
זונטאג נאכט געווען א שיינע לבנה אין נאך אפאר מאל אינמיטן וואךכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:האט מען דען אפגעשטיפט?יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
מ'איז געשטאנען יעדע נאכט נאך מעריב פאר א האלבע שעה און געווארט...
- כאניש וואס צו טוּן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4727
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
נישט ווען / וואו איך האב געדאוונט מעריבHershy21 האט געשריבן:זונטאג נאכט געווען א שיינע לבנה אין נאך אפאר מאל אינמיטן וואךכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:האט מען דען אפגעשטיפט?יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
מ'איז געשטאנען יעדע נאכט נאך מעריב פאר א האלבע שעה און געווארט...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
- פארפלאנטערט
- שר האלפיים
- תגובות: 2703
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
זונטאג און מאנטאג איז נאר געווען נאכן זמןHershy21 האט געשריבן:זונטאג נאכט געווען א שיינע לבנה אין נאך אפאר מאל אינמיטן וואךכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:האט מען דען אפגעשטיפט?יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
מ'איז געשטאנען יעדע נאכט נאך מעריב פאר א האלבע שעה און געווארט...
נישט יעדער דאווענט גלייך ביים זמן
סאו דעס הייסט נישט אפגעשטיפט
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
דינסטאג צען אזייגער בערך איז אויך געווען
- כאניש וואס צו טוּן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4727
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
פארווי לאנג..?Hershy21 האט געשריבן:דינסטאג צען אזייגער בערך איז אויך געווען
וואו?
כאפסט נישט אז דאס אליינס אז מ'זארף אנצייגן א צייט ווען ס'איז געוונן א לבנה פאר 17 מיט א דרייפערטל סקו דעס, דאס אליינס ווייזט שוין אז 'ס'איז נישט געווען קיין לבנה'..?
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
אמת,כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:פארווי לאנג..?Hershy21 האט געשריבן:דינסטאג צען אזייגער בערך איז אויך געווען
וואו?
כאפסט נישט אז דאס אליינס אז מ'זארף אנצייגן א צייט ווען ס'איז געוונן א לבנה פאר 17 מיט א דרייפערטל סקו דעס, דאס אליינס ווייזט שוין אז 'ס'איז נישט געווען קיין לבנה'..?
טראגן א אחריות יעדן טאג צו זעהן אויב ס'דא
- כאניש וואס צו טוּן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4727
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
און נאכן ווארטן יעדן טאג פאר 30 מינוט, נישט טרעפן, דאס הייסט אפגעשטיפט?Hershy21 האט געשריבן:אמת,כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:פארווי לאנג..?Hershy21 האט געשריבן:דינסטאג צען אזייגער בערך איז אויך געווען
וואו?
כאפסט נישט אז דאס אליינס אז מ'זארף אנצייגן א צייט ווען ס'איז געוונן א לבנה פאר 17 מיט א דרייפערטל סקו דעס, דאס אליינס ווייזט שוין אז 'ס'איז נישט געווען קיין לבנה'..?
טראגן א אחריות יעדן טאג צו זעהן אויב ס'דא
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
יעדער ווייסט צו ער האט אפגעשטופט אדער נישט
- פארפלאנטערט
- שר האלפיים
- תגובות: 2703
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
אפגעשטופט איז ווען נאכן דאווענען מעריב איז דא א שיינע לבנה און ער שטיפט עס אפ נישט צו מאכן דעמאלסטHershy21 האט געשריבן:יעדער ווייסט צו ער האט אפגעשטופט אדער נישט
#שווארטץ_קוקער
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
צורת לבנה- גימטריא תשפ"ג
קָרָא לַשֶּׁמֶשׁ וַיִּזְרַח אוֹר
רָאָה וְהִתְקִין צוּרַתהַ לְּבָנָה
קָרָא לַשֶּׁמֶשׁ וַיִּזְרַח אוֹר
רָאָה וְהִתְקִין צוּרַתהַ לְּבָנָה
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9523
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
מוסר השכל: דעס הייסט יא אפגעשטיפט - מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה, זריזין מקדימין למצוות!!פארפלאנטערט האט געשריבן:זונטאג און מאנטאג איז נאר געווען נאכן זמןHershy21 האט געשריבן:זונטאג נאכט געווען א שיינע לבנה אין נאך אפאר מאל אינמיטן וואךכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:האט מען דען אפגעשטיפט?יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
מ'איז געשטאנען יעדע נאכט נאך מעריב פאר א האלבע שעה און געווארט...
נישט יעדער דאווענט גלייך ביים זמן
סאו דעס הייסט נישט אפגעשטיפט
- בוק קיפפער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3135
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
נאר און שטאט און נישט און אפסטיעט און ווי געזאגט אפאר מינוט דא מיינט נאכנישט אז יעדער האט געהאט א געלעגענהייט צו וויסן פונקט דעמאלטס.Hershy21 האט געשריבן:דינסטאג צען אזייגער בערך איז אויך געווען
- כאניש וואס צו טוּן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4727
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
אהא.יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל: דעס הייסט יא אפגעשטיפט - מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה, זריזין מקדימין למצוות!!פארפלאנטערט האט געשריבן:זונטאג און מאנטאג איז נאר געווען נאכן זמןHershy21 האט געשריבן:זונטאג נאכט געווען א שיינע לבנה אין נאך אפאר מאל אינמיטן וואךכאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:האט מען דען אפגעשטיפט?יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
מ'איז געשטאנען יעדע נאכט נאך מעריב פאר א האלבע שעה און געווארט...
נישט יעדער דאווענט גלייך ביים זמן
סאו דעס הייסט נישט אפגעשטיפט
סוי דאווענען מעריב די נאכט פון ז' שלימים, נישט ביים זמן, דאס הייסט 'אפגעשטיפט א מצווה'...
נו נו...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
נאר און שטאט, נישט אפסטעיט.Hershy21 האט געשריבן:דינסטאג צען אזייגער בערך איז אויך געווען
זאת ועוד סאיז געווען נאך א תענית וואס די עולם דאווענט מעריב ביים זמן, סאו 10 אזייגער איז נישט דער עולם געווען אינדרויסן ווי יעדע נאכט.
און לגבי זונטאג איז נאר געווען די ערשטע שעה נאכן זמן, נישט יעדער דאווענט ביים זמן
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
די גמרא זאגט הרואה לבנה בחידושה מאכט די ברכה אשר במאמרו ברא שחקים און אזוי ווערט געפסקנט שו"ע.
איז דא א מקור אין די פוסקים אז עס איז דא סיי וואספארא חיוב מחזר זיין און נאכזוכן די לבנה מער ווי למשל מאכן א ברכת אילנות וכדומה אדער איז דאס סתם א הנהגה טובה ומידת חסידות פון גוטע אידן צוליב די מעלה אז דאס איז דומה צו קבלת פני השכינה?

- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17838
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
יש נוהגין נישט צו מאכן קידוש לבנה ביז נאך עשרה בטבת.יידישע קהילות האט געשריבן:מוסר השכל:
שטיפט נישט אפ קידוש לבנה!
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
משנה ברורה סי' תכ“ו שער הציון יבאיין מינוט! האט געשריבן:געהערט אמאל א סיבה נישט מקדש זיין די לבנה שבת וי"ט (חוץ ע"פ קבלה אין תחומים) אלטס שמה יתקן כלי שיר ווייל די מנהג איז צו טאנצן נאך קידוש לבנה, ווייסט איינער די מקור?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17838
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
אין שו"ת דברי יציב (או"ח סי' קע"ח) ברענגט ער לשונות הפוסקים אז עס איז א חיוב.בועז האט געשריבן:די גמרא זאגט הרואה לבנה בחידושה מאכט די ברכה אשר במאמרו ברא שחקים און אזוי ווערט געפסקנט שו"ע.
איז דא א מקור אין די פוסקים אז עס איז דא סיי וואספארא חיוב מחזר זיין און נאכזוכן די לבנה מער ווי למשל מאכן א ברכת אילנות וכדומה אדער איז דאס סתם א הנהגה טובה ומידת חסידות פון גוטע אידן צוליב די מעלה אז דאס איז דומה צו קבלת פני השכינה?
מצד שני זאגט מען נאך בשם מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע אז עס שטייט אין גמרא "הרואה", איז משמע אז עס איז נישט קיין חיוב.
Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!
לויט ווי זיי ברענגן איז דער רבי ארויס נאך שטילע שמו"ע נאך פאר קדיש תתקבלאונגארישע הייזער האט געשריבן:ליתר דיוק, נישט ממש אינמיטן מעריב, נאר מען האט זיך צוגעיאגט ביי מעריב צו קענען גיין מקדש זיין.א פיפטער האט געשריבן:שבת ווייס איך נישט, אבער יו"ט איז דאך דאך ידוע אז רביה"ק מסאטמאר איז ארויס אינמיטן מעריב די ערשטע נאכט סוכות מאכן קידוש לבנה.די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:נו איז וואס טוט מען למעשה.
האט איינער א מעשה רב פון מקדש זיין שבת?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.