פון וועלעכן רבי'ן?כפרה האט געשריבן:איך האב געלייגט תפילין חול המועד די ערשטע מאל, און די הוראה פון רבי'ן ווי איך האב מקבל געווען איז פונקט פארקערט, אז יענעם טאג אפי' ס'איז חול המועד יא לייגן תפילין מיט א ברכה.היסטאריקער האט געשריבן:איך האב געזוכט ווי מ' רעדט פון הנחת תפילין בחוה"מ צו פרעגן מיין קשיא.shalsheles האט געשריבן:ווי אויך הנחת תפילין לבחורים בחול המועד.
ידוע אז רביה"ק מסאטמאר זי"ע אפילו ער האט געהאלטן אז בחורים זאלן לייגן תפילין חוה"מ, אבער א בר מצוה בחור זאל נישט אנהייבן חוה"מ צוליב וואס מ' מאכט נישט קיין ברכה
אזוי האט אויך געהאלטן רביה"ק הב"מ זי"ע, אליינס געהערט פון בעל המעשה
אויך געדענקט יעדער די לאנגע ליינס צו לייגן תפילין ביים ב"מ, און אזוי איז היינט ביי אדמו"ר מהר"א שליט"א
ווינדערט מיך וואס איך האב געזען אין די אימעיל וואס שרייבט די סדר היום ביי אדמו"ר מהרי"י שליט"א אז ער האט געלייגט תפילין פאר בחורים חוה"מ?
ער האט דיר אליינס געזאגט, אדער האסט נאכגעהערט?