די חכמות אלקית וואס שרייעט פון יעדע פיצעלע דעטאל איז אין לשער, אשר על כן איז פארשטענדליך אז עס איז אוממעגליך צו פארשטיין און פארשטיין געבן אלעס וואס שפילט זיך אפ אין אונז, אבער דאך, פטור בלא כלום אי אפשר, וועלן מיר בלי נדר אנהייבן א סעריע ארטיקלען באגלייט מיט בילדער, עד שידינו מגעת, צו באקומען א שטיקעלע באגריף איבער וואס איז קומט אלץ פאר אין אונזער מענטשליכען קערפער.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
די מענטשליכע קערפער באשטייט פון 12 הויפט סיסטעמען.
1. די סקעלעטאל סיסטעם (Skeletal System) 2. די מוסקולן סיסטעם ( Muscular System) 3. די נערוון סיסטעם (Nervous System) 4. די פארדייאונגס סיסטעם (Digestive System) 5. די אטעמען סיסטעם (Respiratory System) 6. די צירקולאציע סיסטעם ( Circulatory System) 7. די אימיון סיסטעם (Immune System) 8. די לימפעטיק סיסטעם (Limphpathic System 9. די הויט/האר סיסטעם (Integumentary System) 10. די ענדאקרין סיסטעם (Endocrine System) 11. די רייניגונגס סיסטעם (Excretory System) 12. די ריפרודאקטיוו סיסטעם (Reproductive System) מיר וועלן אין דעם נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן צוליב פארשטענדליכע סיבות.
1. די סקעלעטאל סיסטעם
די סקעלעטאל סיסטעם באשטייט בעיקר פון די ביינער, קארטעלידזש, און ליגעמענטס.
ביינער- זייער הויפט אויפגאבעס זענען; 1. צו געבן א געשטעל און א פיזישע אינטערהאלטונג פאר אלע חלקים פונעם קערפער. 2. זיי דינען ווי א פאנצער צו באשיצען די קערפער פון דרויסענדיגע געפארן. 3. עס דינט ווי א סטארעדזש אין ווי די קערפער לייגט אוועק פעטנס און מינעראלן פאר א נויט. 4. זיי האבן אין זיך מארך וואס פראדוצירט די בלוט צעלן וואס העלפן מיט די קערפערליכע פארטיידיגונגס סיסטעם.
קארטעלידזש און ליגעמענטס (Cartilage and Ligaments) די קארטעלידזש און ליגעמענטס זענען א שטארקע אבער ווייכע מאטריאל וואס באשיצט, און בינדט צוזאם איין ביין צו די אנדערע. זיי דינען ווי א קישן ביי די דזשוינטס (דאס מיינט די פלעצער ווי די ביינער בייגן זיך, ווי למשל, עלנבויגן, קניען, וכדו׳. זיי געפונען זיך אויף אסאך פלעצער אונעם קערפער און מיר וועלן שפעטער אריינגיין טיפער אין זייער אויפגאבע.
2. די מוסקולן סיסטעם
די מוסקולן סיסטעם באשטייט פון פארשידענע מינע מוסקולן וואס מאכן אז די קערפער און אלע אירע ארגאנען זאלן זיך קענען באוועגען. 1. עס מאכט אז די ביינער זאלן זיך קענען באוועגען. 2. ספעציעלע מוסקולן זענען פארהאן וואס מאכט אז די הארץ זאל קלאפן ווי עס דארף צו זיין. 3. דורך די מוסקולן קען די מאגן פארדייען עסן. 4. די לונגען קענען אריינעמען און ארויסשטופן לופט אויך נאר א דאנק מוסקולן.
3. די נערוו סיסטעם
די נערוון סיסטעם איז די עלעקטראנישע סיסטעם וואס קאנטראלירט די גאנצע קערפער.
די נערוו סיסטעם באשטייט הויפטזעכטליך פון די מוח, ספיינעל קארד, און אלע נערוו צעלן.
די מוח- דאס איז די קאנטראל טורעם. עס קאנטראלירט יעדע פיצעלע זאך וואס שפילט זיך אפ אין די קערפער. מיר וועלן שפעטער אריינגיין אין די חלקים פונעם מוח און אין אלע קעלענערע דעטאלן.
די ספיינעל קארד - (Spinal Cord)דאס איז די הויפט קאנאל און פארבינדונגס צענטער פון די מוח צו אלע נערוו צעלן און אדורך איר לויפן דורך די עלעקטראנישע כוואליעס פון די מוח צו אלע נערוו צעלן.
נערוו צעלן (Nerve cells)- די נערוו צעלן כאפן אויף די באפעלן וואס די מוח שיקט זיי און פירן עס למעשה דורך. מיט די נערוו צעלן שפירט מען היץ, קעלט, דורך זיי קען מען שמעקן, שפירן, און נאך טויזנטע זאכן וואס זיי טוען אלץ ערפילן.
4. די פארדייאונגס סיסטעם
די פארדייאונגס סיסטעם איז פאראנטווארטליך אז די קערפער זאל באקומען די נויטיגע נערונג, די עסן זאל גוט ווערן פארדייט, זי מישט עס אויס און ארבעט אויס די עסן מיט די נויטיגע כעמיקאלן אז עס זאל ריכטיג שפייזן די קערפער מיט אלע אירע צעלן, דערנאך טיילט זי אפ די גוטע חלקים וואס דאס גייט אריין אין די בלוט פון די שלעכטע חלקים וואס גייט ארויס פונעם קערפער. די פארדייאונגס סיסטעם באשטייט פון אסאך חלקים אבער די הויפט שפילער זענען די פאלגענדע; די מויל, ושט (esophagus), מאגן (stomach), קליינע קישקע (small intestine ), און גרויסע קישקע (large intestine), פענקריעס (pancreas), לעבער (liver), און גאל בלעדער (gallbladder).
מויל- די פארדייאונגס פראצעדור הייבט זיך אן אין די מויל. ווען מען נעמט אריין דאס עסן, טוט דאס מויל דורך אירע ציינער און שפייעכץ אנגרייטן פאר די מאגן אז עס זאל גוט קענען צונעמען די עסן. די שפייעכץ פארמאגט אין זיך ענזיימס וואס העלפט אז די מאגן זאל שוין נישט דארפן זיך ארבעטען שווער און פון דארט פארט עס אראפ צום:
ושט- די ושט וואס איז בערך 8 אינטשעס לאנג איז די רער דורך ווי די עסן גייט אראפ צו מאגן, און בשעת זי רייזט אראפ טוט זי, דורך זיך איינציען און אויסציען די מוסקולן, פארדייען ווייטער די עסן אז ווען עס קומט אן צום מאגן איז שוין די עסן היפש צענומען און פארדייט.
מאגן- די מאגן איז די ערשטע סטאנציע ווי די האלב צומאלענע עסן קומט אן. די מאגן ציעט זיך איין און אויס אזוי טוט זי צונעמען און צוברעכן די עסן, זי גיבט ארויס ענזיימס (enzymes) וואס העלפט אפצוטיילן די גוטע חלקים, זי גיבט ארויס פארשידענע עסיד׳ס (acids) (דאס מאכט אייך די מאגן ברענען...) און איינמאל די עסן איז גוט פארדייט טוט זי עס טראגן ווייטער צום:
קליינע קישקע- און די קליינע קישקע וואס איז 20 (!) פיס לאנג, געשעהט ארום 90 פראצענט פון די פארדייאונג. זי ענדיגט וואס די מאגן האט נישט געענדיגט און זי נעמט ארויס די מינעראלן, און נוטריענס וואס דאס גייט שפעטער אריין אין די בלוט וואס טראגט עס ארום צו שפייזן די קערפער. די איבריגע נישט גוטע חלקים וואס איז מעורב רע אין די טוב גייט דערנאך צום:
גרויסע קישקע- די גרויסע קישקע, וואס איז 5 פיס לאנג, נעמט די שלעכטע חלקים, זי ציעט ארויס דאס פארבליבענע וואסער וואס די קערפער קען ניצן, און שיקט ארויס די פארבליבענע אפפאל פון די קערפער. די גרויסע קישקע האט אויך א חלק אין פראדוצירן געזונטע באקטעריע און געוויסע וויטעמינען וואס העלפט צו האלטן געזונט די קערפער.
אויפן וועג פונעם מאגן צי די קליינע קישקע פארט עס אדורך די פענקריעס (pancreas), לעבער (Liver), און גאל בלעדדער (gallbladder).
די פענקריעס- דאס איז די מאשין וואס געט ארויס אינסולין (insulin) וואס איז די כעמיקאל וואס קאנטראלירט די צוקער שטאפעל אין די בלוט.
די לעבער -פראדוצירט פארשידענע ענזיימס וואס העלפט מיטן פארדייאונג. זי קאנטראלירט די קאלעסטארעל, די הארמאנען. עס דינט אויך אלץ די סטארעדזש רום פאר פארשידענע מינעראלן, וויטעמינען, און פראטינס. און נאך פארשידענע אויפגאבעס פון וואס מיר וועלן שפעטער רעדן.
חושב מחשבות... האט געשריבן:
קודם יישר כח פאר די הערליכע אינפא'רייכע שיעור.
איך זעה דו האסט צוטיילט די מענטשליכע קערפער אויף 12 חלקים, איז דא נאך א וועג וויאזוי מ'קען אנכאפן די מענטש, אדער דאס איז שוין אלעס כולל אין זיך?
און בכלל ווער איז די מחדש פון די אופן וויאזוי דו האסט עס אוועקגעשטעלט?
ס'זעהט אויס ווי דו ביסט גאר שטארק אויסגעקאכט אין די נושא, איך באלעק מיך די פינגער פון אזעלכע יסודות'דיגע שיעורים, כה לחי מיר ווארטן אויף נאך!
קודם כל, ישר כח פאר די קאמפלימענט.
די אמת איז אז ס׳איז נישט דא א פארגעשריבענע מהלך וויאזוי צו דורכטוהן די נושא. מ׳קען דאס צוטיילן אין צענדליגע סיסטעמען אויך. אבער למעשה די 12 זאכן וואס איך האב אויסגערעכנט איז א מהלך וויאזוי אסאך צוטיילן עס און עס דעקט באופן כללי אלע איברים און זייערע טעגליכע פונקציעס.
פארשטייט זיך אז ס׳איז דא זאכן וואס איז נישט נאר א חלק פון א גרויסע סיסטעם, נאר איז אויך א מסכתא פאר זיך. למשל די מוח וואס איז טאקע א חלק פון די נערוו סיסטעם אבער זי טוט אויך טויזענטע אנדערע זאכן. אזוי אויך די 5 חושים פון זעהן, הערן, שמעקן, פילן, און טעיסטן, וואס איז אויך א נושא פאר זיך וואס מיר וועלן שפעטער מער באשרייבן. מיר וועלן אבער פרובירן קודם אדורכצוגיין באופן כללי אלעס, נאכדעם ווען מען אריינקריכן טיפער אין יעדע זאך באזונדער. מיט׳ן אייבערשטער׳ס הילף.
nmi האט געשריבן:
ווען מ'מאכט א הפטשו (sneeze) קימט עס ארויס אין א שנעלקייט פון 100 מ.פ.ש.
אז מען רעדט שוין פון סניזען וויל איך זאגן וואס איך האב אמאל געליינט פון ר' אביגדור מילער און ס'האט מיר זייער געהאלפן ער זאגט אז א סניז ווערט געשאפן דורך אריין אטעמען אסאך ליפט און די פרעשור דערפון מאכט א סניז. עפעס אזוי
סא אסאך מאל האבן מענטשן זיי ווילן סניזן און ס'גייט נישט... און זיי קיקן אויס ווי עוג מלך הבשן פארן חטא. איז די עצה פאר דעם אריינצואטעמען אסאך לופט און בום די האפטשו וועט קימען צו פליען טעמו וראו כי טוב און אויב ס'האט געהאלפן קען מען זיך קימען באדאנקען פאר "פיינע נייעס"
מונאוויטש האט געשריבן:
שכח שפת הלב פארן הערליכן אשכול, סיי פארן אינפארמאטיוון תוכן, און סיי פאר די קלארקייט אין שריפט. מיר האבן געלייענט מיט אינטערעסע.
איך האב נאר געוואלט צולייגן אפאר שטיקלעך 'הארדוועיר' צום מאגן. די ושט פארמאגט צוויי טירעלעך/וועלווס, גערופען ספינטשערס, איינס געפינט זיך אויבן ביים האלז און צווייטע זיצט ביי די אינטערשטע עק, הארט ביים מאגן. די אויבערשטע טירל שטייט אויף די וואַך אז די חיצוניות פון די גאס זאלן נישט אריינדרינגען אינעם ושט -- עס עפענט זיך בלויז ווען עס שפירט אז עסן פארט אריין אין האלז. די אינטערשטע טירל שפאַרט איין די שארפע עסיד אינעם מאגן און האלט זיי צוריק פון ארויפצוקריכן צום ושט. ווען די דאזיגע טירל איז נישט כהוגן, קען עס שאפן מאגן (ליין: ושט) ברענעריי/האַרטבוּרן/עסיד ריפלאקס אז עס זאל גיין א רויך. (די ווענט פונעם מאגן איז די איינציגסטע חלק פונעם גוף וואס איז באשיצט פון די רויע מאגן עסידס.)
ריכטיג. איך וויל קודם מסביר זיין די יסודות פאר די וואס ווייסן נישט, נאכדעם וועט מען קריכן טיפער אין יעדע סיסטעם באזונדער.