נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק
אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- חייםדערבעקער
- שר מאה
- תגובות: 224
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm
Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק
האט עמיצער דעם נומער פון חביבים
- עטרת חיים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4151
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
- לאקאציע:קרית יואל יצ"ו
Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק
1-442-242-8484
- ארגאניזירער
- שר האלפיים
- תגובות: 2181
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 25, 2022 6:27 pm
Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק
עין ערך מאנסי אשכול:עטרת חיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 9:49 amצו אלע טייערע ROW B וואויטערס, דו פרעזענליך גייסט גארנישט פארדינען אפילו אויב ROW B געווינט, א ריפאבליקען אינעם NY סטעיט סענאט/אסעמבלי קען דיך (כמעט) גארנישט העלפן.
קיינער פון די פאליטישענס האט דיך/אונז נישט ליב, די סיבה ער העלפט אונז איז ווייל אונז זענען א בלאק וואויט.
אונזער איינציגסטע כח איז א בלאק וואויט, אויב די בלאק וואויט איז צובראכן, קוקט קיינער נישט אויף דיין זייט ממילא.
שווייצער האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 03, 2024 11:50 pmוויכטיגע מעסעדש פאר מאנסי איינוואוינער פון רפי זילבערבערג, דיסטריקט לידער פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער:
איך, רפי זילבערבערג, ארבעט היינט צוטאגס פאר קאנגרעסמאן מייק לאולער, אבער פאר ער איז געווען קאנגרעסמאן, האב איך גע'ארבעט פאר אים אלס אסעמבלימאן פון מאנסי דורכאויס די יארן פון 2021-2022. יא, א רעפובליקאנער אסעמבלימאן, אין די דעמאקראטישע ניו יארק.
יעדער ווער ס'קען מיר ווייסט וויפיל איך האב אויפגעטון ארבייטענדיג אין אלבאני מיט געוועזענער אסעמבלימאן מייק לאולער. הונדערטער קעיסעס חודש'ליך, צו דאס איז געווען אנעמפלוימענט פראבלעמען נאך קאוויד, צו דאס איז געווען סיי וועלכע אנדערע סטעיט עידזשענסיס. סיי פריוואטע יחידים, סיי קהלות, סיי מוסדות, און ארגאניזאציעס.
דורכאויס יענע זעלבע צייט האט מאנסי אויך געהאט א דעמאקראטישע סענעטאר אין אלבאני, ער האט געהייסן עליידזשע מעלניק, וויפיל מאל תושבי מאנסי האבן נאר פרובירט זיך צו פארבינדן מיט זיין אפיס האט מען געטאפט א וואנט, וויפיל מאל איך אדער דער געוועזענער אסעמבלימאן לאולער האט פרובירט צו ארבייטן אינאיינעם מיט אים צו העלפן תושבי מאנסי, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט.
די לעצטע צוויי יאר ארבייט איך פאר קאנגרעסמאן לאולער, און איך האב די זכי' צו העלפן טויזענטער תושבי מאנסי מיט זייערע פראבלעמען מיט פעדעראלע אגענטורן. אבער ס'קומען אויך אריין הונדערטער קאלס צו אונזער אפיס פון פראבלעמען וואס האט צו טון מיט סטעיט עידזשענסיס, דעי פראבלעמען שיקן מיר אריבער צו די סטעיט סענעטארס און אסעמבלילייט פון די דיסטריקט.
עס זענען דא פינף סטעיט סענאט דיסטריקטס אין קאנגרעסמאן לאולער'ס דיסטריקט. די אפיס וואס באהאנדלט די מערסטע קעיסעס פון אלע אנדערע, און צו זיין מער פונקטליך, יעדע איינציגסטע פראבלעם וואס קומט זייער וועג, איז די אפיס פון סענעטאר ביל וועבער – יא, דער רעפובליקאנער סענעטאר אינעם דעמאקראטישן אלבאני! ער איז דער וואס העלפט די מערסטע פאר זיינע איינוואוינער!
צו דאס איז פראבלעמען מיט DMV, מעדיקעיד, לעבאר דעפארטמענט, EZPASS, אדער אפילו לאקאלע יוטיליטי פירמעס, איז סענעטאר וועבער'ס אפיס געווארן דער אדרעס וואו יעדער יחיד קען געהאלפן ווערן מיט זייערע פראבלעמען.
וועגן דעם קען איך דיר אליין עדות זאגן, אז די גאנצע טענה אז א רעפובליקאנער קען נישט אויפטון אין אלבאני, איז א פשוט'ע שקר, איבער 1600 קעיסעס פון יחידים, מוסדות, קהלות, און ארגאניזאציעס אין מאנסי זענען מסודר געווארן נאר אדאנק סענעטאר וועבער!
ווען מ'רופט פון א סענעטאר'ס אפיס צו א סטעיט עידזשענסי, אדער אן עלעקטריק יוטיליטי פירמע, אדער סיי וועלכע אנדערע השתדלות, פרעגן זיי נישט צו מען איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט, נאר זיי האבן דרך ארץ אין שטעלן זיך צו.
סענעטאר ביל וועבער האט גע'ארבעט פלייסיג פאר מאנסי די לעצטע צוויי יאר, און פארדעם קומט זיך אז מען זאל אים ערוועלן פאר נאך צוויי יאר געטרייע שתדלנות פאר מאנסי.