Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק
ב"ה האסט געטראפן א ווארט אויף וואס זיך ארויף צו כאפןקוואל וואסער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 3:39 pmנישט ריכטיג. מ'קען אריין רופן בעת הצורך און די מלאכים וועלן העלפן וויפיל מעגליך, אסאך מער ווי "געוויסע ווענס מיט סטעדי רוטס"...איפכא מיסתבר האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 2:26 pmאיך וואוין שוין אין מאנרא איבער 20 יאר און איך ווייס נישט נאך היינט נישט דערפוןקו ירוק האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 1:05 pmדאנק פאר די תמימות, טראכסט ערענסט אז דער לאנג יעריגער תושב @אלט מאנרא ווייסט עס נישט?!Satmar drive האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 12:21 pmגמח הצלה טוט דאסאלט מאנרא האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 12:13 pmאיז שוין דא אין קרית יואל אזא סארט ארג ווי חסד ד'וויליאמסבורג?
איך פארשטיי אז יארן צריק מיט פיל ווייניגער תושבים איז דאס נישט געווען בכדי שיעשו אבער כהיום מיט שווערע טויזענטער תושבים אין אלע שטעט אינאיינעם ארינגס און ארום איז שוין צייט צו גיין פאראויס
אפשר אפילו קען עס ארבעטן אינאיינעם מיט חסד ד'וויליאמסבורג א שטייגער ווי חביבים אדער H בעיס וכדומה וואס איז גאר שטארק אפעקטיוו
נישט יעדע פראגע ווארט אויף א ענטפער.
זיי האבן נישט אזא סיסטעם ווי חסד פון וויליאמסבורג אז די רופסט אריין בעטן א קאר און מ'דיספעטש דרייווער'ס אן פייל עס עני יוניט עוועלעיבל
מ'דארף זיי קאלן פון א טאג פארדעם און זיי האבן געוויסע ווענס מיט סטעדי ראוטס
נאר אויף שמחות.
נב, לעצטנס געפארן מיט אזא סטעדי ווען, הכרת הטוב ברבים וואספארא קריטישע הילף דאס איז בעת הצורך. היינט קען מען גארנישט משיג זיין וואס איז געווען אמאל פאר גמ"ח הצלה.
אמאל האט מען געדארפט כאפן די באס, נאכדעם מאכן עפעס א פאני סטאפ אויפן מעידזשער דיגען, און נאכדעם טרעפן א וועג צו כאפן די די... סאבוועי! און "נאכדעם" וואקן 20 בלאקס.
אה, דאס איז ביי א שפיטאל אין מאנהעטן. פרעג ניטאמאל וועגן נארט שאור אדער מאימאנידעס אדער וועסטשעסטער. אה די קאשמארן. ווער רעדט נאך פון סינסי, טשאפ, קליוולאנד קליניק, ועוד. מלאכים ממש.
כ'ווייס נישט פארוואס יעדע קאנווערסעישאן אין ק"י דארף ווערן א פרעזענליכע זאך ווי מ'דארף צוריק פליקן
איך האב מיך סך הכל באצויגען אויף א תגובה וואס איינער האט געשריבן אז גמ"ח הצלה טוט די זעלבע ווי חסד, האב איך ארויסגעברענגט אז חסד טוט עפעס אנדערש
איך פרעזענליך האב זיי קיינמאל געניצט ווייל איך דרייוו שוין פאר די לעצטע 20 יאר
און ווען איינער פון מיין משפחה איז געליגן אין שפיטאל יארן צוריק נישט מער געדאכט, און די משפחה האט געוואלט פארן, האט מען זיך עפעס נישט געקענט מסדר זיין מיט גמ"ח הצלה און מ'איז געפארן מיט פריוואטע גיטע פריינט
לעצטנס בין איך געווען ביי א דאקטאר אין מענהעטן מיט מיין יונגעל
ווען איך בין אריין אין די לאבי פאר די אפוינטמענט איז דארט געזיצן א ווייבל מיט א יונגעל
און ווען איך בין ארויס געקומען פונעם דאקטאר - א דרייפערטל שעה שפעטער - איז זי נאך אלץ דארט געזיצן
האב איך געפרעגט איר דארפט א וועג אהיים? זאגט זי מיר זי ווארט אויף גמ"ח הצלה
האב איך געזאגט איך פאר יעצט אהיים, איר קענט מיט קומען, און זי איז געקומען!
און פאר אזעלעכע זאכן וואלט ווען אזא ארגענעזעישאן ווי חסד זייער צו ניץ געקומען